אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תרומה גדולה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט תרומה גדולה צו רוי:תרומה גדולה אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (הוספת קישור בינוויקי he:תרומה גדולה)
שורה 23: שורה 23:
[[קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]]
[[קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:תרומה גדולה]]

רעוויזיע פון 19:57, 20 אפריל 2023

תרומה גדולה איז א מצווה אין דער תורה צו געבן א כהן א טייל פון דעם שניט. ביז מען שיידט תרומה פון דעם שניט הייסט ער טבל. אפטמאל ווען מען זאגט "תרומה" מיינט מען "תרומה גדולה".

תרומה אין דער תורה

די תורה דערמאנט אין עטליכע ערטער דעם פליכט צו געבן תרומה גדולה. אין ספר במדבר פרק י"ח, פסוקים ח'-כ', רעכנט אויס די תורה די מתנות וואס די כהנים צוליב דעם וואס זיי טון די עבודה אין דעם בית המקדש:

וַיְדַבֵּר ה' אֶל-אַהֲרֹן וַאֲנִי הִנֵּה נָתַתִּי לְךָ אֶת-מִשְׁמֶרֶת תְּרוּמֹתָי, לְכָל-קָדְשֵׁי בְנֵי-יִשְׂרָאֵל לְךָ נְתַתִּים לְמָשְׁחָה וּלְבָנֶיךָ לְחָק-עוֹלָם ... וְזֶה-לְּךָ תְּרוּמַת מַתָּנָם לְכָל-תְּנוּפֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְךָ נְתַתִּים וּלְבָנֶיךָ וְלִבְנֹתֶיךָ אִתְּךָ לְחָק-עוֹלָם, כָּל-טָהוֹר בְּבֵיתְךָ יֹאכַל אֹתוֹ. כֹּל חֵלֶב יִצְהָר וְכָל-חֵלֶב תִּירוֹשׁ וְדָגָן רֵאשִׁיתָם אֲשֶׁר-יִתְּנוּ לַה' לְךָ נְתַתִּים ... כֹּל תְּרוּמֹת הַקֳּדָשִׁים אֲשֶׁר יָרִימוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל לַה' נָתַתִּי לְךָ וּלְבָנֶיךָ וְלִבְנֹתֶיךָ אִתְּךָ לְחָק-עוֹלָם, בְּרִית מֶלַח עוֹלָם הִוא לִפְנֵי ה' לְךָ וּלְזַרְעֲךָ אִתָּךְ ...


מן התורה גייט אן די מצווה פון תרומה ביי דריי זאכן: תבואה, וויין און בוימל פון איילבירטן, וואס וואקסן אין ארץ ישראל.

די תרומה גיבט מען א כהן, וואס מוז זי עסן בטהרה. ער מעג טיילן די תרומה מיט זיין ווייב, זיינע טעכטער וואס זענען נאך נישט געהייראט און זיינע עבדים כנענים (פארשטייט זיך, אויך מיט אנדערע כהנים). ווען א כהן עסט תרומה וואס איז טמא, אדער ווען א זר (א ישראל אדער א לוי) עסט תרומה, ווערט ער באשטראפט מיט מיתה בידי שמים.

תרומה וואס איז געווארן טמא דארף מען פארברענען, אבער דער כהן מעג האבן הנאה בשעת דעם פארברענען, למשל ניצן טמא'דיגן בוימל אין זיין לייכטער. תבואה וואס איז געווארן טמא מעג דער כהן געבן צו עסן זיין בהמה.

מדרבנן

חז"ל האבן מתקן געווען אז די דינים פון תרומה זאלן אנגייען ביי אלע סארטן שניט, כולל אלע פרוכטן און גרינסן. אויך האבן זיי איינגעפירט אין די צייטן פונעם בית המקדש אז מען זאל היטן די דינים פון תרומה אין לענדער נאענט צו ארץ ישראל.

וויפיל גיבט מען

די תורה זאגט נישט קיין שיעור וויפיל מען דארף געבן, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת קידושין "אפילו חיטה אחת פוטרת הכרי" ד"ה מיט איין קערנדל ווייץ קען מען פטר'ן א גאנצן הויפן. אבער חז"ל האבן אוועקגעלייגט (מסכת תרומות פ"ד מ"ג) א שיעור: א קארגער גיבט א זעכציגסטל, א נארמאלער א פופציגסטל, און א ברייטהארציגער א פערציגסטל.

מוסטער:הלכה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!