אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש"
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:יצחק יעקב רבינוביץ (ביאלא)) |
||
שורה 37: | שורה 37: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:יצחק יעקב רבינוביץ (ביאלא)]] |
רעוויזיע פון 15:26, 20 אפריל 2023
הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש (י"ד טבת ה'תר"ז - כ"ג אדר ב' ה'תרס"ה), איז געווען דער גרינדער און ערשטער רבי פון דעם ביאלער חסידות, און דער מחבר פון די ספרים דברי בינה און ישרי לב. ער איז געווען א פערטער דור בן אחר בן פונעם ייד הקדוש פון פרשיסחא.
ביאגראפיע
הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש איז געבוירן אין שידלאווצע אין קאנגרעס פולין דאס יינגסטער קינד פון זיין פאטער הרב נתן דוד ראבינאוויטש, דער שידלאווצער רבי, און זיין מוטער דבורה פעריל.
ער האט חתונה געהאט מיט רחל לביאה, די איינציגע טאכטער פון רבי יהושע אסטראווער מחבר פונעם ספר "תולדות אדם" (פוילישע חסידים רופן דאס ספר "דער קליינער נועם אלימלך"), און אן אייניקל פון רבי שלמה לייב פון לענטשנא.
נאך זיין שווער'ס פטירה אום כ"ח ניסן ה'תרל"ג האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע און האט געעפנט זיין הויף אין ליטוויש ביאלע. ביאלער שטיבלעך האבן געעפנט אין גאנץ פוילן, און ביי זיין פטירה האט ער געהאט פינף טויזנט חסידים.
ער איז נפטר געווארן כ"ג אדר ב' ה'תרס"ה און מ'האט אים באערדיגט לעבן זיין שווער אין דעם ווארשעווער בית עולם.
זיין דרך
דער ביאלער רבי איז געווען א תלמיד חכם און האט געשריבן אסאך תורה, מ'זאגט אז ער האט איבערגעלאזט פערציג קאסטענעס מיט כתבי ידות. רוב פון די כתבי ידות זענען פארשווינדן אין חורבן אייראפע.
כאטש ער האט אליין געפירט אן עדה פלעג ער פארן צו אנדערע רבי'ס.
ווען דאס ציוניזם האט אנגעהויבן איז ער געווען פון די גרויסע קעגנער.
זיינע ספרים
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין ארויסגעגעבן די ספרים דברי בינה אויף תורה און מועדים, און ישרי לב אויף עניני שבת. במשך די יארן האט מען ארויסגעגעבן די ספרים עטליכע מאל. אין יאר תשנ"ח האט דער "מכון גנזי מהרי"ץ" ארויסגעגעבן א נייע אויסגאבע פון די ספרים מיט א לאנגער הקדמה "ספר מלחמות ה'" וואו זיין אייניקל דער היינטיגער ביאלער רבי גיט צו פארשטיין זיין שיטה אין חסידות.
זיין משפחה
- רבי נתן דוד פארציווער, רוב פון די חסידים זענען אריבערגעגאנגען צו אים.
- רבי מאיר שלמה יהודה פון מעזריטש, די "בעלי המוח" פון זיין פאטער'ס חסידים האבן אים נאכגעגאנגען.
- רבי אברהם יהושע העשיל פון לובלין.
- רבי ירחמיאל צבי שעדליצער.
- מרת מאַטיל דאס ווייב פון רבי אהרן מנחם מענדל גוטערמאן פון ראדזימין.
- מרת חנה דאס ווייב פון רבי יוסף צבי קאליש פון סקערנעוויץ, דער רב פון בני ברק.
- רחל גיטל איז אוועק יונגערהייט.
רעפערענצן
- ברכה משולשת, הרב מרדכי סוקולובר
- רבותינו מאורי הגולה, מגמ"ה ירושלים תשס"א
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!