אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראנצויזישער מאנדאט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (הוספת קישור בינוויקי he:המנדט הצרפתי בסוריה ובלבנון)
שורה 31: שורה 31:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:המנדט הצרפתי בסוריה ובלבנון]]

רעוויזיע פון 15:24, 20 אפריל 2023

דער פראנצויזישער מאנדאט איז געגעבן געווארן פאר פראנקרייך, נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, אין 1918 נאך דער סאנרעמא קאנפערענץ. די פעלקער-ליגע, האט באשטעטיגט דעם פראנצויזישן מאנדאט איבער סיריע און לבנון, און דעם בריטישן מאנדאט איבער פאלעסטינע, ירדן, און איבער איראק.

פראנקרייך איז געקומען צו א פארשטענדעניש מיט גרויסבריטאניע, צוויי יאר איידער דער וועלט מלחמה, איז געקומען צו אן ענדע, דער סייקס-פיקא פארשטענדעניש.

די פראבלעמען

גרויסבריטאניע האט געהאט געמאכט פילע קעגנזייטיקע פארשפרעכונגען, איינס פאר די אידן, איינס פאר די אראבער, חוסיין זון פון עלי, שאריף פון מעקא, האט אנגעפירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה, א רעוואלוציע, קעגן אטאמאנישע אימפעריע, מיט די הילף פון ענגלישע גענעראלן, מיטן צוזאג אז פייסל דער ערשטער, וועט ווערן הערשער איבער סיריע. זעלבסטפארשטענדליך אז פראנקרייך האט גארנישט געהאטצו טון מיטן הסכם, און נאכן מלחמה אין 1920, ווען סיריע האט אים אויפגענומען אלס קעניג, האט פראנקרייך ארויסגעטריבן פייסעל בבושת פנים, ענגלאנד האט נאכדעם איבערגעגעבן איראק פאר פייסל.

דער צווייטער פראבלעם, דאס אויפשטעלן א גרויסע לבנון, די קריסטן אין לבנון האבן שטענדיק געטרוימט אויף זעלבסטשטענדיגקייט, אבער אין זייער געגנט, וואס רעכנט אריין לבנון בארג, און ביירוט, ווילנדיק האבן א מאיאריטעט קריסטן אין זייער לאנד, דא האט פראנקרייך געמאכט א פאטאלע טעות, וואס מאנכע באשולדיגן פראנקרייך דירעקט אין אלע פראבלעמען וואס לבנון האט שפעטער געהאט, בעיקר אינעם לבנון ברודער קריג.

לויטן פלאן האט פראנקרייך באקומען דעם צפון טייל אין ארץ ישראל, וואס ווערט גערופן די פינגער פון גליל, אראבישע אויפשטענדלער האבן נישט געוואלט זיין אונטער פראנקרייך נאר ליבערשט אונטער דעם בריטישן מאנדאט, האבן דורכגעפירט אטאקעס קעגן פראנצויזישע קרעפטן, די תל חי פאגראמען, זענען פארגעקומען אין די שטרייטן צווישן די אראבישע אויפשטענדלער. צום סוף זענען בריטישע זעלנער אריינגעקומען דארט, און האבן פארנומען די גרעניץ, וואו עס איז היינט צווישן לבנון, און ישראל.

סיריע

ווען אין דמשק זענען פארגעקומען ראיאטן, האבן די פראנצויזן אריינגערופן די לופטפלאט, און זיי האבן באמבאדירט די מענטשן, אלטשטאט דמשק האט א געגנט וואס איז חרוב געווארן, און מען רופט עס די פארברענטע קעפ. סיריע איז צעטיילט געווארן אין מערערע טיילן, ווי יעדע עטנישע גרופע, האט באקומען אויטאנאמיע, ווי די אלאוויס, די דרוזן אויף די סירישע דרוזן בארג. פראנקרייך האט אויך אפגעגעבן צוויי געביטן קיין טערקיי, וואס האט געברענגט צו א שטארקע אויפברויז, קעגן די פראנצויזן, טיילן פון די כאלעב געביט, און די אלעקסאנדערטא געביט.

לבנון

די קריסטן אין לבנון האבן זיך געזען אלס פריינד פון פראנקרייך, און דערפאר האבן זיי געלייגט גרויס האפענונג אויף פראנקרייך. ווען פייסל האט זיך געוואנדן מיט בריוו, צו די אראבער, האבן די קריסטן געהאפט אז פייסל וועט דורכפאלן, וויבאלד פייסל האט געוואלט ווערן א הערשער איבער גרויס סיריע. די קריסטן האבן ווי אויבנדערמאנט, געהאט א פראבלעם מיט א גרויסע לבנון, אבער א טייל פון די קריסטליכע פירער, האבן איינגעשטימט, וויבאלד עס האט גרעסער געמאכט זייער לאנד, אבער דער נאציאנאליזם צווישן קריסטן און מוסלמענער האבן נאך געברענגט אסאך צרות אויף די לאנד.

פראנקרייך האט אויפגעשטעלט די ציווילע רעגירונג אין לבנון, וואס איז געשטעלט אויף יעדע געמיינדע פאר זיך. ווי אויך דער נאציאנאלע ציילונג, צוויי מאל האט מען געציילט, די צווייטע און די לעצטע מאל וואס מען האט געציילט אין 1932, דאס האט אויסגעשטעלט די פאליטישע שליסל, ביזן היינטיקן טאג.

צווייטע וועלט מלחמה

ווען נאצי דייטשלאנד, האט איינגענומען פראנקרייך, איז אויפגעשטאנען די ווישי רעגירונג. סיריע און לבנון האבן געהערט צום פראנצויזשן ווישי. גרויסבריטאניע, מורא האבנדיק אז דייטשלאנד וועט דאס פרובירן אויסנוצן און אריינקומען אינעם מיטל מזרח, און נאכן אויפשטאנד אין איראק, האבן די ענגלענדער, צוזאמען מיט קעמפער פאר א פרייע פראנקרייך, וואס שארל דע גאל, איז געווען פירער פון לאנדאן, האבן אין יוני 1941, איינגענומען די צוויי לענדער, און איבערגעגעבן דער מאנדאט, צום פרייען פראנקרייך.

זעלבסטשטענדיגקייט

סיריע האט זיך דערקלערט זעלבסטשטענדיק אין 1941, פאקטיש איז עס אנערקענט געווארן אלס א זעלבסטשטענדיקע רעפובליק, אין 1טן יאנואר 1944. און די פראנצויזישע טרופן האבן ערשט פארלאזט סיריע 1946.

לבנון איז זעלבסטשענדיק געווארן 1943, ווען פראנקרייך האט פארופן וואלן, און די רוב פון די ניי ערוויילטע האבן געשטימט לטובת אומאפהענגיגקייט פון פראנקרייך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!