אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אטאם נומער"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אטאם נומער צו רוי:אטאם נומער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מספר אטומי) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מספר אטומי]] |
רעוויזיע פון 13:03, 20 אפריל 2023
דער אטאם-נומער, איז א טערמין גענוצט אין כעמיע און פיזיק, צו באצייכענען די פארשידענע כעמישע עלעמענטן.
יעדע פון די כעמישע עלעמענטן, ווי אקסיגען אדער קארבאן האט באקומען אן אטאם-נומער געוואנדן לויט וויפיל פראטאנען עס זענען פאראן אינעם קערן פונעם אטאם.
די אטאמישע ציפערן גייען אין דער רייע, די ערשטע איז וואסערשטאף, דערנאך קומט העליום, די דריטע איז ליטיום, די פערטע איז בעריליום, די פינפטע כעמיקאל איז באר, די זעקסטע איז קוילנשטאף, דערנאך קומט שטיקשטאף, און אקסיגען.
אטאמען מיט דעם זעלבן אטאם נומער אבער מיט אנדערע צאלן נייטראנען, און ממילא מיט אנדערע אטאם־מאסן, ווערן גערופן איזאטאפן.
היסטאריע
דער ראדערפארד-באהר מאדעל און וואן דעם ברוק
אין 1911, האט ערנעסט ראדערפארד געגעבן א מאדעל פונעם אטאם אין וואס א צענטראלער יאדער האלט די מערהייט פונעם אטאמס מאסע און א פאזיטיווע לאדונג וואס, אין איינסן פונעם עלעקטראנס לאדונג, דארף זיין אומגעפער העלפט פונעם אטאמס אטאמישע וואג, געמאסטן אין צאלן פון וואסערשטאף אטאמען. די דאזיקע צענטראלע לאדונג וואט ממילא געווען העלפט פון דער אטאמישער וואג. ראדערפארד האט געשאצט אז גאלד האט א צענטראלע לאדונג פון בערך 100 (אבער איז עלעמענט Z = 79 אין דער פעריאדישער טאבעלע), אבער א מאנאט נאכדעם ווען ראדערפארדס ארטיקל איז געשינען, איז אנטאניוס וואן דען ברוק געווען דער ערשטער וואס האט פארמאל פארגעשלאגן אז די צענטראלע לאדונג פון אן אטאם און זיין צאל עלעקטראנען זענען "גענוי, גלייך מיט זיין פלאץ אין דער פעריאדישער טאבעלע (וואס מ'רופט אויך עלעמענט־נומער, אטאם־נומער, און איז סימבאליזירט Z). ענדליך האט מען אויפגעוויזן צו זיין וואר.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!