אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאטלעזשאן"
ק (החלפת טקסט – "אינסעקט" ב־"אינזעקט") |
ק (החלפת טקסט – "[[פּ" ב־"[[פ") |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
[[טעקע:Solanum melongena ja02.jpg|left|thumb|250px|פאַטלעזשאַן געוויקס]] | [[טעקע:Solanum melongena ja02.jpg|left|thumb|250px|פאַטלעזשאַן געוויקס]] | ||
דער '''פאַטלעזשאַן''' (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum melongena) איז א טראפישער - אונטער-טראפישער פיל-יעריגער [[געוויקס]] (ער ווערט באהאנדלט געווענלך ווי אן איין יעריגע געוויקס) פון די [[נאכטשאטן]] פאמיליע ''סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae)'', ער איז שטארק אנגעזען אין [[אינדיע]], [[פאקיסטאן]] או [[סרי לאנקא]]. ער וואקסט צווישן פערציג און הונדערט און פופציג צענטימעטער הויך, מיט גרויסע בלעטער פון צען - צוואנציג צענטימעטער לאנג און פינף - צען צענטימעטער ברייט. דער פרוכט איז געווענלך א שיינינדיגע [[ | דער '''פאַטלעזשאַן''' (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum melongena) איז א טראפישער - אונטער-טראפישער פיל-יעריגער [[געוויקס]] (ער ווערט באהאנדלט געווענלך ווי אן איין יעריגע געוויקס) פון די [[נאכטשאטן]] פאמיליע ''סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae)'', ער איז שטארק אנגעזען אין [[אינדיע]], [[פאקיסטאן]] או [[סרי לאנקא]]. ער וואקסט צווישן פערציג און הונדערט און פופציג צענטימעטער הויך, מיט גרויסע בלעטער פון צען - צוואנציג צענטימעטער לאנג און פינף - צען צענטימעטער ברייט. דער פרוכט איז געווענלך א שיינינדיגע [[פערפּעל]] קאליר וועלכער ווערט געניצט אלס גרינס נאכן קאכן, פרעגלן אדער באקן. | ||
== ברכה == | == ברכה == |
רעוויזיע פון 16:22, 4 אפריל 2023
פאַטלעזשאַן | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||||
| ||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||
Solanum melongena .L |
דער פאַטלעזשאַן (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum melongena) איז א טראפישער - אונטער-טראפישער פיל-יעריגער געוויקס (ער ווערט באהאנדלט געווענלך ווי אן איין יעריגע געוויקס) פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae), ער איז שטארק אנגעזען אין אינדיע, פאקיסטאן או סרי לאנקא. ער וואקסט צווישן פערציג און הונדערט און פופציג צענטימעטער הויך, מיט גרויסע בלעטער פון צען - צוואנציג צענטימעטער לאנג און פינף - צען צענטימעטער ברייט. דער פרוכט איז געווענלך א שיינינדיגע פערפּעל קאליר וועלכער ווערט געניצט אלס גרינס נאכן קאכן, פרעגלן אדער באקן.
ברכה
אויף דעם פאַטלעזשאַן מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה, אזוי ווי אויף אנדערע גרינסן.
בדיקת תולעים
אין דעם פאַטלעזשאַן איז געווענליך נישט פאראן קיין אינזעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לויט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער איז פארהאן אנצייגונגן פון לעכער אדער פלעקען דארף מען עס דארט קאנטראלירן.
מצוות התלויות בארץ
דער פאַטלעזשאַן וואקסט אין ארץ ישראל און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.
שמיטה
דער דאטום וואס פאלט אויף דעם פאַטלעזשאַן די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר.
זעט אויך
רעפערענצען
- אנציקלופדיה לכשרות המזון
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!