אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף פאפיערניקאוו"
ק (החלפת טקסט – "פאַרייניקט" ב־"פאראייניגט") |
ק (החלפת טקסט – "ייונג" ב־"ייאונג") |
||
שורה 44: | שורה 44: | ||
* מיין אַנטאָלאָגיע, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1978. | * מיין אַנטאָלאָגיע, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1978. | ||
* די גרינע ראַסע: לידער, תל-אָביב, "דויער", תשמ"ג 1983. | * די גרינע ראַסע: לידער, תל-אָביב, "דויער", תשמ"ג 1983. | ||
* | * באַנייאונג: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ה 1985. | ||
* אין אַ ניי ליכט: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ז 1987. | * אין אַ ניי ליכט: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ז 1987. | ||
רעוויזיע פון 21:50, 29 מערץ 2023
יוסף פּאַפּיערניקאָוו (וואַרשע [דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע], 1897 אָדער 1899 – תל-אָביב, 1993) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פון די גרונטלייגער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ-ישראל.
לעבנסגעשיכטע
יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון שמואל פּאַפּיערניקאָוון, אַ משכיל און אַ ציוניסטישן טוער, וועלכער האָט געצויגן זיין חיונה פון אַ יאַטקע. דער קומענדיגער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר און דערנאָך – אין אַ רוסישער רעאַלער גימנאַזיע. דאָס ייִנגל האָט געהאַט אַ שיינע שטימע און אין דער עלטער פון 8 יאָר איז ער אָנגענומען געוואָרן אינעם באַרימטן כאָר פון דער שול אויף טלאָמאַצקע-גאַס אונטער דער אָנפירונג פונעם חזן גרשון סיראָטע.
אַלס דיכטער האָט יוסף פּאַפּיערניקאָוו דעביוטירט אין דער עלטער פון 16 יאָר מיט אַ ליד "דאָס פעלד", וואָס איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אינעם פערטן באַנד פונעם וואַרשעווער ליטעראַרישן מאָנאַטשריפט "יודישע זאַמעלביכער". שוין אין דער פריִער יוגנט האָט ער זיך דערנעענטערט צום סאָציִאַליסטישן ציוניזם און אין אָנהייב 1920ער יאָרן איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פון דער פּאַרטיי לינקע פּועלי-ציון, וועלכע האָט באַטראַכט די היינטצייטיגע ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ וויכטיגן און אפילו צענטראַלן עלעמענט אין דער ייִדישער זעלבסט-אידענטיפיקאַציע.
אין 1924 איז פּאַפּיערניקאָוו עולה געווען קיין ארץ-ישראל. ער האָט געאַרבעט אויפן דורכלייגן שאָסייען און בויען הייזער אין ראשון-לציון און אין תל-אָביב. אין 1929 איז ער אַוועקגעפאָרן קיין פוילן און ער האָט געלעבט דאָרט ביז 1933, ווען ער האָט זיך ענדלעך אומגעקערט קיין ארץ-ישראל. ביי דעם ייִדן-חורבן זענען אין פּוילן אומגעקומען דעם דיכטערס מוטער, פיר פון פינף זיינע ברידער, ווי אויך זיינע פעטערס, מומעס און שוועסטערקינדער.
זיין ארבעט אלס דיכטער
זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. זענען לידער פלעגן זיך באַווייזן אין ייִדישע צייטשריפטן און צייטונגען פון פּוילן, ארץ-ישראל, פאראייניגטע שטאַטן און אַנדערע לענדער ("ליטעראַרישע בלעטער", "צוקונפט", "מאָרגן-ישראל", "פּראָלעטאַרישער געדאַנק" (די צייטונג פון דער פּאַרטיי "פּועלי-ציון"). אין 1927 איז אין וואַרשע דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער". ביז דער צוויטער וועלט-מלחמה זענען דערשינען נאָך 8 זיינע לידער-זאַמלונגען. זינט ישראל איז אומאָפּהענגיק געוואָרן האָט ער רעגולער געשריבן אין דער תל-אָביבער צייטונג "לעצטע נייעס" און פאַרעפנטליכט זיינע לידער אין דער צייטשריפט "די גאָלדענע קייט". יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אויך פאַרפאַסט ניגונים פאַר זיינע לידער. באַזונדער פּאָפלער איז געוואָרן זיין זינגליד "זאָל זיין אַז איך בוי אין דער לופט מיינע שלעסער".
יוסף פאַפּיערנינקאָוו לידער האָבן איבערגעזעצט אין העברעיִש אַזעלכע באַרימטע ישראלדיק דיכטער ווי יעקב פיכמאַן, נתן אַלטערמאַן, אלכסנדר פּען, ווי אויך אַנדערע. אין 1988 איז אים צוגעייניקט געוואָרן דער ערן-טיטל "יקיר העיר תל-אָביב-יפו".
זיינע ביכער
- אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער, וואַרשע, "נייע קולטור", 1927.
- רויט אויף שוואַרץ: לידער, וואַרשע, "נייע קולטור", 1929.
- גאָלדענע זאַמדן, וואַרשע, "אייגנס", 1932.
- מיט לענדער גלייך : פּאַלעסטינער לידער, "אייגנס", 1934.
- די פיראונצוואנציגסטע שעה: לידער, תל-אָביב, "אייגנס", 1935.
- פאַר מיר און פאַר אַלע: סאָציִאַלע לידער, תל-אָביב, "אייגנס", 1936.
- אָנוואוּקס: לידער, תל-אָביב, "אייגנס", 1938.
- אונטער פייער: לידער, תל-אָביב, "אייגנס", 1939.
- פון רויטן פראָנט, תל-אָביב, "שטאמען", 1943.
- אונטער שוואַרצע הימלען, תל-אָביב, "אייגנס", 1944.
- פון ערשטן שניט 1918–1928: וואַרשע – תל-אָביב, תל-אָביב, "אַליין", 1945–1946.
- מיין ברענענדיקער שטאַם, תל-אָביב, "אַליין", 1945.
- היימוויי: וואַרשע – תל-אָביב – פּאַריז, תל-אָביב, "אַליין", 1946.
- איבערבלייב: 1918–1925, וואַרשע–תל-אָביב, תל-אָביב: "אַליין", 1949.
- געקליבענע לידער: פון היים, בונט, קריג און חורבן, ניו יאָרק, "איקוף", [תש"ח?].
- אַן עלנד הויז: (און אַנדערע דערציילונגען), תל-אָביב, "קליינביבליִאָטעק", 1950.
- פרוכט פון ווינט: (געקליבענע לידער), יאָהאַנעסבורג, "ייִדישע קולטור-פעדעראַציע", 1952. (די צווייטע אויפלאַגע: תל-אָביב, "אַליין", 1980.)
- מיין שיר השירים: לידער פון ליבשאַפט, תל-אָביב, "ניי לעבן", 1953. (די צווייטע פאַרגרעסערטע אויפלאַגע: "המנורה", 1966.)
- דאָס לאַנד פון צווייטן בראשית: ארץ-ישראל-לידער און פּאָעמען, תל-אָביב, 1954.
- היימישע און נאָענטע: דערמאָנונגען, תל-אָביב, י"ל פּרץ-ביבליִאָטעק, 1958.
- די זון הינטער מיר, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, 1961.
- פון צווייטן בראשית: לידער און פאָעמעס; ארויסגעגעבן פונעם י’ פאפיערניקאוו-יובל-קאָמיטעט, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1964.
- איבער חורבות, תל-אָביב, "המנורה", תשכ"ז.
- אין ליכט פון פאַרגאַנג: לידער, תל-אָביב, "המנורה", תשכ"ט.
- פון אַלץ צו ביסלעך: מיט ייִדיש, מיט ייִדישע און נישט-ייִדישע, פאַרצייכענונגען, נסיעות, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, תשל"ד 1974.
- אין ווייסן עלטער: לידער, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1976.
- מיין אַנטאָלאָגיע, תל-אָביב, י"ל פּרץ פאַרלאַג, 1978.
- די גרינע ראַסע: לידער, תל-אָביב, "דויער", תשמ"ג 1983.
- באַנייאונג: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ה 1985.
- אין אַ ניי ליכט: לידער, תל-אָביב, י. ל. פּרץ פאַרלאַג, תשמ"ז 1987.
אין איבערזעצונג אויף העברעיִש
- מן הטנא: שירים; מתורגמים על ידי סופרים שונים (עורכים: אברהם לוינסון ודב שטוק), תל אביב: הוועדה להוצאת כתבי המשורר, תש"ב.
- פרי גני: שירים; תורגמו על ידי סופרים שונים, תל אביב: מנורה, תשכ"ב.
- בוים און וואלד: לידער / אילן ויער: שירים; תרגם מיידיש א. אשמן, תל אביב: ה. לייוויק פארלאג, תשכ"ו 1966–תשמ"ה 1985. (יידיש ועברית עמוד מול עמוד)
- בשערי הקשת: שירים; תרגם מיידיש שלמה שנהוד, תל אביב: המנורה, תשל"א.
אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס איבערזעצונג
- סערגיי אַלעקסאַנדראָוויטש יעסענין, געקליבענע לידער; (פון רוסיש) וואַרשע, "אייגנס", 1933. (די צווייטע אויפלאַגע: תל-אָביב, "המנורה", תש"ל.)
וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון
- "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן פון דער נייער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 7, ניו-יאָרק, 1968, ז. 105–107.
- דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139.
- אברהם ליס, 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', ביי זיך 22 (תשמ"ג), ז. 64–70.
- דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', פאָלק, וועלט און מדינה 57 (1979), ז. 13–14.
- Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181
וועבלינקען
- וועגן יוסף פּאַפּערניקאָוון אויפן וועבזייטל פון "לייוויק-הויז"
- וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון אויפן וועבזייטל "אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו" (אויף העברעיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!