אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/3"
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע פארבינדונגען" ב־"דרויסנדע לינקס") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדיגע לינקס" ב־"דרויסנדע לינקס") |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
=== דרויסנדע לינקס === | === דרויסנדע לינקס === | ||
פארבינדונגען צו זייטלעך אויסער המכלול ערשיינען כמעט אייביג אונטער'ן קעפל "אויסערליכע פארבינדונגען" ביים ענדע פונעם ארטיקל. בדרך כלל האלט מען זיך צוריק פון אריינלייגן | פארבינדונגען צו זייטלעך אויסער המכלול ערשיינען כמעט אייביג אונטער'ן קעפל "אויסערליכע פארבינדונגען" ביים ענדע פונעם ארטיקל. בדרך כלל האלט מען זיך צוריק פון אריינלייגן דרויסנדע לינקס אינמיטן אן ארטיקל. | ||
די מערסט איינפאכע וועג צו שאפן א אויסערליכע לינק איז צו אריינלייגן די אדרעס פונעם וועבזייטל (URL) צו וועלכע איר ווילט לינקען. למשל די אדרעס .https://yi.hamichlol.org.il/ וועט אטאמאטיש ווערן א לינק. אבער עס איז נישט אנגענומען צו לייגן אזוי א לינק, ווייל עס איז נישט צייגנד און שיין, און עס פעלט הסבר צום לינק. | די מערסט איינפאכע וועג צו שאפן א אויסערליכע לינק איז צו אריינלייגן די אדרעס פונעם וועבזייטל (URL) צו וועלכע איר ווילט לינקען. למשל די אדרעס .https://yi.hamichlol.org.il/ וועט אטאמאטיש ווערן א לינק. אבער עס איז נישט אנגענומען צו לייגן אזוי א לינק, ווייל עס איז נישט צייגנד און שיין, און עס פעלט הסבר צום לינק. |
רעוויזיע פון 10:50, 28 מערץ 2023
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
אינערליכע פארבינדונגען
אינערליכע פארבינדונגען, דאס הייסט לינקען וואס פארבינדען צו אנדערע המכלול ארטיקלען, פארבעסערן גאר שטארק די באקוועמליכקייט פון ניצן המכלול. די פארבינדונגען ערמעגליכן צו ליינען נאך אינפארמאציע איבער טעמעס פארבינדען צום ארטיקל.
ווען לינקט מען?
צו לערנען וואו עס לוינט צו לייגן פארבינדונגען איז רעקאמענדירט צו באזוכן רעקאמענדירטע בלעטער און זיך לערנען פון זייער סטיל. אין פאל פון א ספק איבער די נויטיגקייט פון א לינק, פרעגט אייך אליין אויב דער לינק וועט ארויסהעלפן דער געווענליכער ליינער.
וויאזוי שאַפט מען א לינק?
צו שאפן א לינק פון א ווארט צו אן ארטיקל מיט די זעלבע נאמען ווי דעם ווארט לייגט מען צו דאפלטע געקעסטלטע קלאמערן (brackets) ביי ביידע זייטן פונעם ווארט. אזוי וועט [[ענציקלאפעדיע]] ווערן א פארבינדונג צום בלאט ענציקלאפעדיע.
וואס טוט מען אבער ווען מען וויל פארבינדען צו א בלאט וואס די נאמען איז נישט די זעלבע ווי דאס ווארט? מען קען לעזן דעם פראבלעם דורכ'ן צולייגן דעם | צייכן (אויפ'ן קיבאורד: ⇧ Shift+\) אינעם לינק וואס וועט אפטיילן דעם נאמען פון בלאט און די ווארט פונעם לינק. צום ביישפיל [[ארץ ישראל|ארצנו הק']] וועט צייגן דאס ווארט "ארצנו הק'" וואס וועט פארבינדן צום בלאט ארץ ישראל, אזוי: ארצנו הק'.
דער צייכן | געפינט זיך צוזאמען מיט די בעק-סלעש צייכן \ און מען דארף דרוקן "שיפט" צוזאמען מיט דעם קנעפל (די קנעפל געפינט זיך נעבן די Backspace קנעפל).
צומאל זענען פארהאן עטליכע בלעטער מיט ענליכע נעמען, למשל: שמואל הנביא (קווארטאל) און שמואל הנביא. אויב איז די מיינונג קלאר, קען מען זיך באנוצן מיט אן איינפאכע טריק וואס פארמיידט דאס איבערשרייבן דעם גאנצן לינק פון פריש: לייגט אריין דעם לינק צום בלאט און לייגט צו דעם צייכן "|" דערנאך. די איינגערינגלטע טעקסט וועט מען נישט זען. למשל [[שמואל הנביא (קווארטאל)|]] וועט ווערן די לינק ווארט "שמואל הנביא" און וועט פארבינדען צו שמואל הנביא (קווארטאל), אזוי: שמואל הנביא.
דרויסנדע לינקס
פארבינדונגען צו זייטלעך אויסער המכלול ערשיינען כמעט אייביג אונטער'ן קעפל "אויסערליכע פארבינדונגען" ביים ענדע פונעם ארטיקל. בדרך כלל האלט מען זיך צוריק פון אריינלייגן דרויסנדע לינקס אינמיטן אן ארטיקל.
די מערסט איינפאכע וועג צו שאפן א אויסערליכע לינק איז צו אריינלייגן די אדרעס פונעם וועבזייטל (URL) צו וועלכע איר ווילט לינקען. למשל די אדרעס .https://yi.hamichlol.org.il/ וועט אטאמאטיש ווערן א לינק. אבער עס איז נישט אנגענומען צו לייגן אזוי א לינק, ווייל עס איז נישט צייגנד און שיין, און עס פעלט הסבר צום לינק.
די אנגענומענע וועג איז צו לייגן א לינק, דערנאך לייגן א ספעיס און די שילדערונג פונעם לינק, און ביידע (די לינק און איר שילדערונג) אריינלייגן צווישן געקעסטלטע קלאמערן. צום ביישפיל:
- [https://yi.hamichlol.org.il/ אידישער המכלול]
- די רעזולטאט: אידישער המכלול
רעפערענצן
רעפערענצן זענען אינפארמאציע וואס דארף פארברייטערן די ידיעות אויף דאס וואס מיר ליינען, דורך צולייגן מער פרטים, אדער דורך צוצייכענען מקורות צו די אינפארמאציע, אד"ג.די וועג אריינצולייגן רעפערענצן איז ווי פאלגענד {{הערה|דא שרייבט מען די טעקסט}} די רעזולטאט וועט זיין:[1]. צו קענען זען די רעפערענצן אויפ'ן בלאט וועלן מיר צולייגן ביים ענדע פון בלאט (אונטער'ן קעפל "רעפערענצן") {{רעפערענצן}} די רעזולטאט וועט זיין:
- ↑ דא שרייבט מען די טעקסט
פאר אויספירליכע אנווייזונגען:
קאטעגאריעס
אויב האט איר באשלאסן צו זיין געוואַגט און שאפן א פרישע בלאט, איז וויכטיג איר צו צולייגן צו רעלעוואנטע קאטעגאריעס. דאס איז די בעסטע וועג אז דער בלאט זאל נישט "פארלוירן ווערן" אין המכלול. קאטעגאריעס לייגט מען צו ביים סוף פונעם ארטיקל ווי פאלגנד: [[קאטעגאריע:נאמען פון קאטעגאריע]]. מען קען, און עס איז אפילו כדאי, צו אריינלייגן א בלאט אין עטליכע קאטעגאריעס, דער ארטיקל בלעיז פאסקאל, למשל, באלאנגט אין קאטעגאריעס "פיזיקער", "מאטעמאטיקער", און "פילאזאפן". די גרינגסטע איז צו צולייגן קאטעגאריעס לויט אן ענליכן בלאט. מער איבער קאטעגאריעס זעט אין די לינקס צו אויספירליכע אנווייזונגען.
רויטע לינקס
ווען א בלאט עקזיסטירט נאכנישט, וועט דער לינק צייגן רויט אנשטאט בלוי. א רויטע לינק איז נישט א שלעכטע זאך, ווייל המכלול וואקסט און בליט כסדר און נייע בלעטער ווערן געשאפן. אויב ווילט איר, קענט איר דרוקן אויף די רויטע לינק, און דאס וועט אייך פירן צו די קענטליכע רעדאגירן בלאט, און שרייבן אליינס דעם בלאט (מאכט נאר זיכער אז דער ארטיקל עקזיסטירט נאכנישט מיט אן אנדערן נאמען). מער אינפארמאציע איבער שרייבן ארטיקלען אין קומענדיגן קאפיטל...