אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דיינו"
(←דער מקור פון דעם פיוט: פארברייטערט) |
(←דער מקור פון דעם פיוט: אויסשטעל, פארברייטערט) |
||
שורה 43: | שורה 43: | ||
== דער מקור פון דעם פיוט == | == דער מקור פון דעם פיוט == | ||
עס איז נישט | עס איז נישט קלאר ווער עס האט געשריבן די ווערטער פון פיוט. אין [[משנה]], [[תוספתא]], [[תלמוד בבלי]], [[תלמוד ירושלמי]] און [[מדרשים]] ווערט עס נישט דערמאנט, אבער עס איז געשטאנען אין נוסח פון [[מכילתא]] פון געוויסע ראשונים{{הערה|זעט פירוש ה[[ראב"ן]] אויף די הגדה; [[רשב"ץ]] אויף {{משנה|אבות|ג|יד}}; פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה}}. טייל מפרשים לערנען אז דער פיוט איז פארפאסט געווארן דורך [[רבי עקיבא]]{{הערה|זבח פסח; הגדת מעשי ה'}}; פון אנדערע זעט מען אז עס איז נאך פון [[תקופת בית שני]]{{הערה|פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה}}. | ||
דער פיוט ווערט געברענגט אין פריערדיגע הגדות, ווי צום ביישפיל אין [[סדר רב עמרם גאון]], אין [[סידור רב סעדיה גאון]] (וועלכער דערמאנט עס ווי א הוספה וואס "רבים מחברינו" פירן זיך צו זאגן), און אין ספר [[הכוזרי]]{{הערה|מאמר ג, יא}}{{הערה|1={{HebrewBooks||תוספות מאוחרות|34305|אין: [[י. ל. ברוך]] (געזאמלט), [[יום-טוב לוינסקי]] (צוגעענדיגט און רעדאגירט), '''ספר המועדים''', כרך ב: פסח, תל אביב: אגודת עונג שבת, דורך הוצאת ספרים דביר, תש"ח, זייט 129|עמוד=138}}}}. אויך דער [[רמב"ם]], וואס דערמאנט עס נישט אין זיין נוסח ההגדה, האט זיך אבער געפירט ווי דער פריערדיגער [[מנהג]] עס צו זאגן{{הערה|[[רבי אברהם בן הרמב"ם]], געברענגט אין מעשה רוקח אויף רמב"ם ביים סדר ההגדה}}. | |||
צווישן די פארשער איז איינע פון די השערות, אז עס איז פארפאסט געווארן אלס רעאקציע צו די קריסטליכע אימפראפעריע {{אנ|Improperia}} שטראף לידער, ווי צום ביישפיל "איבער פסחא" פון מעליטא פון סארדיס, אין וועלכע די אידן ווערן באשולדיגט אין טון שלעכטס פאר גאט דורך קרייצן דעם [[אותו האיש]], טראץ די אלע גוטס וואס גאט האט זיי געגעבן ביי יציאת מצרים. עס זענען אבער פארהאן פאָרשער וואָס גלויבן אַז די אימפראפעריע איז אַן ענטפער צו דעם פיוט, און נישט פארקערט, און טייל פון זיי ווייזן אויף אז עס שטאמט נאך פון די צייטן פון בית המקדש{{הערה|זעט דניאל גאלדשמידט אין '''הגדה של פסח ותולדותיה''', זייט 50; Eric Werner, '''Melito of ,Sardes the First Poet of Deicide''', HUCA 37 ,(1966) .pp 191-210; S.G ,Hall 'Melito in the Light of the Passover''' ,Haggada' Journal of Theological ,Studies 22 ,(1971) .pp 29-46''' און נאך.}}. | |||
== דרויסנדע לינקס == | == דרויסנדע לינקס == |
רעוויזיע פון 09:58, 28 מערץ 2023
דַּיֵּינוּ (אדער כַּמָּה מַעֲלוֹת טוֹבוֹת) איז א אידישער פיוט וואס ברענגט ארויס די פילע סיבות פארוואס די אידן דארפן דאנקן "למקום" (ד.ה. צום באשעפער), און ציילט פילע טובות וואס ער האט געטוהן צו די אידן דורכאויס יציאת מצרים און די תקופה דערנאך. מען פירט זיך עס צו זינגען אין ליל הסדר, אלס א טייל פון דער הגדה של פסח.
דער פיוט
דער פיוט באַשטייט פון פופצן שורות, וואָס יעדע פון זיי באַשרייבט איין נס וואָס איז געטון געוואָרן צו די אידן, און באשטימט אז מיר וואלטן זיך געקענט באגענוגן מיט דעם, און מיר וואלטן נישט געדארפט האבן אויך דער קומענדיגער נס (חוץ דער ערשטער 'מעלה' פון יציאת מצרים, וואס אן דעם וואלטן מיר נישט געהאט אויף וואס צו דאנקען). ארום האלב פון די דערמאנטע מעלות זענען ניסים וועלכע זענען געשען פאר די אידן דורכאויס יציאת מצרים, און די איבריגע באַשרייבן ספּעציעלע געשעענישן, וואָס זענען פאָרגעקומען דורכאויס די רייזע אין מדבר און ביים אריינגיין אין ארץ ישראל. דער פיוט פירט אויס מיט באשטעטיגן אז מיר דארפן טאקע דאנקען דעם באשעפער אויף יעדע נס באזונדער.
דער מחבר האט ווארשיינליך נישט געמיינט צו זאגן אז מיר וואלטן זיך פאקטיש געקענט באגיין מיט איין פון די ניסים פאר זיך, נאר ער מיינט ארויסצוברענגען אז מיר דארפן פולשטענדיג דאנקען אויף יעדע נס עקסטער[1].
דער נוסח פון פיוט
כַּמָּה מַעֲלוֹת טוֹבוֹת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ!
אִלּוּ הוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרַיִם וְלֹא עָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ עָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, וְלֹא עָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם[2], דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ עָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם, וְלֹא הָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ הָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם וְלֹא קָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ קָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם וְלֹא הֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ הֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה וְלֹא שִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ שִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ וְלֹא סִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ סִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה ולֹא הֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ הֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, וְלֹא קֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי[3], דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ קֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי, וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה, דַּיֵּינוּ.
אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה וְלֹא הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, דַּיֵינוּ.
אִלּוּ הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וְלֹא בָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה, דַּיֵּינוּ.
עַל אַחַת, כַּמָּה וְכַמָּה, טוֹבָה כְפוּלָה וּמְכֻפֶּלֶת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ: שֶׁהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרַיִם, וְעָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, וְעָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם, וְהָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם, וְנָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם, וְקָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם, וְהֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה, וְשִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ, וְסִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה, וְהֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן, וְנָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, וְקֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי, וְנָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה, וְהִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וּבָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה לְכַפֵּר עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ.
דער מקור פון דעם פיוט
עס איז נישט קלאר ווער עס האט געשריבן די ווערטער פון פיוט. אין משנה, תוספתא, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי און מדרשים ווערט עס נישט דערמאנט, אבער עס איז געשטאנען אין נוסח פון מכילתא פון געוויסע ראשונים[4]. טייל מפרשים לערנען אז דער פיוט איז פארפאסט געווארן דורך רבי עקיבא[5]; פון אנדערע זעט מען אז עס איז נאך פון תקופת בית שני[6].
דער פיוט ווערט געברענגט אין פריערדיגע הגדות, ווי צום ביישפיל אין סדר רב עמרם גאון, אין סידור רב סעדיה גאון (וועלכער דערמאנט עס ווי א הוספה וואס "רבים מחברינו" פירן זיך צו זאגן), און אין ספר הכוזרי[7][8]. אויך דער רמב"ם, וואס דערמאנט עס נישט אין זיין נוסח ההגדה, האט זיך אבער געפירט ווי דער פריערדיגער מנהג עס צו זאגן[9].
צווישן די פארשער איז איינע פון די השערות, אז עס איז פארפאסט געווארן אלס רעאקציע צו די קריסטליכע אימפראפעריע (ענ') שטראף לידער, ווי צום ביישפיל "איבער פסחא" פון מעליטא פון סארדיס, אין וועלכע די אידן ווערן באשולדיגט אין טון שלעכטס פאר גאט דורך קרייצן דעם אותו האיש, טראץ די אלע גוטס וואס גאט האט זיי געגעבן ביי יציאת מצרים. עס זענען אבער פארהאן פאָרשער וואָס גלויבן אַז די אימפראפעריע איז אַן ענטפער צו דעם פיוט, און נישט פארקערט, און טייל פון זיי ווייזן אויף אז עס שטאמט נאך פון די צייטן פון בית המקדש[10].
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער דיינו אויף וויקיקאמאנס
- דיינו, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- דער פיוט דיינו, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
רעפערענצן
- ↑ דאס קען מען זען, צום ביישפיל, אין שטיקל "אילו קרע לנו את הים ולא העבירנו בתוכו בחרבה, דיינו", וואס ס'איז פארשטענדליך אז שפאלטן דעם ים וואלט אונז נאכנישט געהאלפן איידער מיר גייען אריבער
- ↑ באזירט אויפ'ן פסוק: וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה וְהִכֵּיתִי כָל בְּכוֹר בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם מֵאָדָם וְעַד בְּהֵמָה וּבְכָל אֱלֹקֵי מִצְרַיִם אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים אֲנִי ה' (שמות יב, יב).
- ↑ דער באפעל אויף שבת ווערט טאקע דערמאנט אין די עשרת הדיברות פון מעמד הר סיני, אבער ווערט שוין פריער איבערגעגעבן פאר די אידן אין שמות טז
- ↑ זעט פירוש הראב"ן אויף די הגדה; רשב"ץ אויף משנה, אבות ג, יד; פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה
- ↑ זבח פסח; הגדת מעשי ה'
- ↑ פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה
- ↑ מאמר ג, יא
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע תוספות מאוחרות, אין: י. ל. ברוך (געזאמלט), יום-טוב לוינסקי (צוגעענדיגט און רעדאגירט), ספר המועדים, כרך ב: פסח, תל אביב: אגודת עונג שבת, דורך הוצאת ספרים דביר, תש"ח, זייט 129 - ↑ רבי אברהם בן הרמב"ם, געברענגט אין מעשה רוקח אויף רמב"ם ביים סדר ההגדה
- ↑ זעט דניאל גאלדשמידט אין הגדה של פסח ותולדותיה, זייט 50; Eric Werner, Melito of ,Sardes the First Poet of Deicide, HUCA 37 ,(1966) .pp 191-210; S.G ,Hall 'Melito in the Light of the Passover ,Haggada' Journal of Theological ,Studies 22 ,(1971) .pp 29-46 און נאך.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער