אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יידישיסט"
ק (החלפת טקסט – "[[ייִ" ב־"[[יי") |
ק (החלפת טקסט – "יידישע שטרעמונגען" ב־"אידישע שטרעמונגען") |
||
שורה 28: | שורה 28: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישיסטן|*]] | [[קאַטעגאָריע:יידישיסטן|*]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידישע שטרעמונגען]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | [[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 09:51, 19 מערץ 2023
ייִדישיסטן זענען אזעלכע מיט דער אידיאלאגיע פון אנטוויקלען די ייִדישע שפראך אין א קולטור מיט אן אייגענער ליטעראטור.
יידישיסטן ווערן היינט באטיטולט די וואס געבן זיך אָפ מיט פרעזערווירן די יידישע שפראך פון אמאל אלס א קולטור און ליטעראַטור.
כדאי צו האלטן אין זינען, אז עס זענען פאראן פארשיידענע מינים "יידישיסטן". היסטאריש געזען, זענען די יידישיסטן געווען פארבונדן מיט די לינקע פאליטישע אידעאלאגיעס, באזונדערס מיט בונדיזם. עס זענען אבער אויך געווען פרומע יידישיסטן, קאמוניסטישע אא"וו. היינט קען מען זאגן, אז א יידישיסט איז יעדער מענטש, וואס איז פאראינטערעסירט אין רעדן יידיש ווי אן אידעאלאגיע.
די ישיבה פון יידישיסטען פאר לערנען תורה[1].
היסטאריע
דער "פאטער" פון יידישיזם איז געווען דער לעקסיקאגראף און לינגוויסט יהושע מרדכי ליפשיץ (1829-1878). ער האט געזען אין יידיש נישט קיין זשארגאן נאר א באזונדערע שפראך און איז געווען דער ערשטער וואס האט גערופן די שפראך מיטן נאמען "יידיש" און האט געארבעט פעסטצושטעלן די כללים פון גראמאטיק און אויסלייג, באזירט אויף דעם דיאלעקט פון זיין געבורטסארט, וואהלין. ליפשיץ האט נארייעט דעם יונגן משכיל שלום יעקב אבראמאוויטש (מענדעלע מוכר ספרים) צו שרייבן ליטעראטור אויף דער יידישער שפראך. אין 1861 האט ער משכנע געווען דעם ארויסגעבער פון "המליץ", אלעקסאנדער הלוי צעדערבוים, ארויסצוגעבן א ביילאגע אויף יידיש מיטן נאמען 'קול מבשר'.
באַרימטע יידישיסטן
זעט אויך
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!