אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סמידאוויטש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סמידאוויטש צו רוי:סמידאוויטש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "יידישע אויטאנאמע געגנט" ב־"אידישע אויטאנאמע געגנט")
שורה 14: שורה 14:
* [http://igras.ru/index.php?r=125&id=4130 סמידאָוויטש אויפן וועבזייטל פונעם רוסלענדישן אינסטיטוט פאַר געאָלאָגיע] (אויף רוסיש)
* [http://igras.ru/index.php?r=125&id=4130 סמידאָוויטש אויפן וועבזייטל פונעם רוסלענדישן אינסטיטוט פאַר געאָלאָגיע] (אויף רוסיש)


[[קאַטעגאָריע:יידישע אויטאנאמע געגנט]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע אויטאנאמע געגנט]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע געמיינדעס]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע געמיינדעס]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 09:22, 19 מערץ 2023

סמידאָווטיש (רוסיש: Смидович) איז אַ יישוב אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד.


געשיכטע

סמידאָוויטש איז געגרינדעט געוואָרן אין 1910 אונטערן נאָמען "אין" אַלס יישוב בִיי דער אייזנבאַן סטאַנציע, וואָס האָט דעמאלט געטראָגן (און טראָגט ביז יעצט) דעם זעלבן נאָמען. אין 1934 איז דער נאָמען פונעם יישוב געביטן געוואָרן אויף סמידאָוויטש לויטן נאָמען פונעם באָלשעוויסטישן פּאַרטיי-טוער פּיאָטער סמידאָוויטש (1874 – 1935), וועלכער האָט צווישן אַנדערס פאַרנומען דעם פּאָסטן פונעם פאָרזיצער פון דעם מלוכה-קאָמיטעט פאַר ערד-איינאָרדענונג פון די ייִדישע אַרבעטנדיקע (קאַמזעט). אין דעם זעלבן יאַר איז דער יישוב געוואָרן דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פונעם ניי-געשאַפענעם סמידאָוויטשער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. די סמידאָוויטשער אייזנבאַן-סטאַנציע "אין" געפינט זיך אויף דער וויכטיגער טראַנס-סיבירער אייזנבאַן-מאַגיסטראַל - 100 קילאָמעטער צום מערב פון דער שטאָט כאַבאַראָווסק און 76 קילאָמעטער צום מזרח פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. די באַפעלקערונג פונעם ישוב סמידאָוויטש האָט דערגרייכט איר מאַקסימום אין 1959 (אַריבער 9 טויזנט נפשות). פון דעמלט אָן האָט זי אַ באַשטענדיקע טענדענץ צו אַ פאַרקלענערונג. לויט די אָנגאַבן פון דער רוסלענדישער פאָלקסציילונג פון 2010 האָבן אין סמידאָוויטש געוואוינט 5120 נפשות.

באַוואוּסטע פּערזאָנען פאַרבונדן מיט סמידאָוויטש

אין סמידאָוויטש איז אין 1957 געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אַ באַוואוּסטער רוסלענדישער קינאָ- און טעאַטער-אַקטיאָר פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג סעמיאָן סטרוגאַטשאָוו, וועכלער האָט אין 2008 באַקומען דעם ערן-טיטל "פאָלקס-אַרטיסט פון רוסלאַנד".


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!