אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ייווא"
ק (החלפת טקסט – "[[ייִ" ב־"[[יי") |
ק (החלפת טקסט – "יידישע אינסטיטוציעס" ב־"אידישע אינסטיטוציעס") |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידישע אינסטיטוציעס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 09:22, 19 מערץ 2023
ייִוואָ (ר"ת יידישער וויסנשאַפטליכער אינסטיטוט. אויף ענגליש: YIVO היינט: YIVO Institute for Jewish Research) איז אַן אינסטיטוציע געווידמעט דער פאָרשונג און פאַרהיטונג פון דער קולטור, שפּראַך און געשיכטע פון אַשכּנזישן אידנטום. ער איז געגרינדט געוואָרן אין ווילנע אין 1925 (ה'תּרפּ"ה). באַזונדערס וויכטיג זענען זיינע אויפטוען אינעם תּחום פון דעפינירן אַ נאָרמירט ייִדיש און אַן איינהייטליכן ייִדישן אויסלייג באַקנט ווי: "כּלל–ייִדיש", "כּלל-שפּראַך", "סטאַנדאַרט־ייִדיש" אָדער "ייִוואָ-ייִדיש".
היסטאריע
ייווא איז געגרינדעט געווארן אין 1925 דורך אינטעלעקטואלע אידישע פיגורן, די באַקאַנטסטע פּון זיי מאַקס וויינרייך און זלמן רייזען. אין דער ערן־קאָלעגיע זענען פון אָנהייב געווען אַ סך חשובע מענטשן, למשל אלבערט איינשטיין און זיגמונד פרויד. ער איז געווען הויפט-קווארטירט אין ווילנע ביז'ן צווייטן וועלט קריג און זיך דאן אריבערגעצויגן קיין ניו יארק. די ארגינעלע ארכיוון זענען פארכאפט געווארן דורך די דייטשן וועלכע האבן זיי געברענגט קיין בערלין, וואו זיי זענען פארהאלטן געווארן און נאכ'ן קריג געברענגט געווארן צו די ארכיוון אין ניו יארק.
די ארכיוון
דער ייִווא איז הויפטקווארטירט אין ניו יארק און האט אויך א וויכטיגן צענטער אין ארגענטינע. דער אינסטיטוט פארמאגט איבער 360,000 ביכער און פובליקאציעס אין צוועלף שפראכן. דאס רעכנט אויך אריין די ספעציעלע ווילנע פארזאמלונג וואס אנטהאלט 40,000 חלקים און 25,000 בענדער פון חידושי תורה ווערק פון רבנים און גאונים אנגעהויבן פונעם 16טן יאר-הונדערט.
די ייוו"א ארכיוו אנטהאלטן איבער 23,000,000 דאקומענטן, ביכער, פילמס, קונסטווערק, רעקארדס, מוזיק, און נאך. דאס איז דער גרעסטער פארזאמלונג פון מאטעריאל וואס דאקומענטירט דאס אידישע לעבן אין אמאליגן אייראפע און דאס אימיגראנטישע דורכלעבונג אין אמעריקע. ייוו"א פארמאגט טויזנטער ערשט-האנטיגע באריכטן פון שואה פליטים; געמיינדע דאקומענטן פון די אידישע געטאס אין ווארשע, לאדז, און ווילנע; איבער 750 יזכור ביכער פון אידישע געמיינדעס אין פוילן און די ארומיגע לענדער; אוטוביאגראפישע ווערק פון הונדערטער אמעריקאנער יידישע אימיגראנטן; און דער גרעסטער פארזאמלונג פון יידיש מוזיק און טעאטער שפילן אויף דער וועלט.
באזוכערס
יעדעס יאר קומען באזוכן אין די ייווא ארכיוון מער ווי פיר טויזנט פארשערס, לערערס, סטודענטן, קונסט ארבעטערס, שרייבערס, פילמער, היסטאריקערס, און סתם אינטערעסירטע יחידים.
ייווא געפינט זיך היינט אין דעם צענטער פאר ייִדישער היסטאריע, ביי Fifteen West 16th street אין ניו יארק.
זעט אויך
וועבלינקען
- אפיציעלע וועבזייטל - yivoinstitute.org
- די ייווא ענציקלאפעדיע פון אידן אין מזרח אייראפע
- זעט דעם ייווא אדרעס אויף גוגל מאפע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!