אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שבעת המינים"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (החלפת טקסט – "יידישקייט" ב־"אידישקייט") |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
{{הלכה}} | {{הלכה}} | ||
[[קאטעגאריע: | [[קאטעגאריע:אידישקייט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ארץ ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:ארץ ישראל]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פרוכט]] | [[קאַטעגאָריע:פרוכט]] |
רעוויזיע פון 17:42, 17 מערץ 2023
די שבעת המינים זענען זיבן ערליי תבואה און פירות מיט וואס ארץ ישראל איז געלויבט:
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "ארץ חיטה ושעורה גפן תאנה ורימון ארץ זית שמן ודבש" (דברים ח' ח')
ס'איז דא א מנהג צו עסן די שבעת המינים ט"ו בשבט. ס'איז אויך פאראן א מנהג צו הענגען די שבעת המינים אין דער סוכה.
אחוץ דעם מילגראם (וואס האלט זיך נישט לענגער ווי א חודש) האלטן זיך די מינים פאר א לענגערער צייט און מען קען זיי עסן א גאנצן ווינטער.
מאכן א ברכה אויף די שבעת המינים
די פירות פון די שבעת המינים האבן א גרעסער חשיבות פון אנדערע פירות, דעריבער ווען מען עסט פירות מאכט מען די ברכה אויף זיי ענדערשט ווי אנדערע פירות (אחוץ ווען מען האט מער גערן די אנדערע פירות). אזוי האבן זיי אויך א באזונדערע נאך-ברכה וואס ווערט גערופן ברכת מעין שלוש "על העץ ועל פרי העץ" (אויף ווייץ און גערשטן וואס איז געמאכט א מאכל נישט ברויט זאגט מען "על המחיה"; נאך וויין מאכט מען "על הגפן ועל פרי הגפן").
דער סדר קדימה צו מאכן א "בורא פרי העץ" איז: איילבירט, טייטל, וויינטרויבן, פייג, מילגרוים, לויט זייער סדר אין דעם פסוק "ארץ חיטה ושעורה וגפן ותאנה ורימון, ארץ זית שמן ודבש".
שבעת המינים | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!