אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מעלות תרשיחא"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (החלפת טקסט – "שטעט אין ישראל" ב־"שטעט אין מדינת ישראל") |
||
שורה 45: | שורה 45: | ||
* {{פאן ישראל|[[רמת גן]]}} | * {{פאן ישראל|[[רמת גן]]}} | ||
{{שטעט אין ישראל}} | {{שטעט אין מדינת ישראל}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 10:26, 17 מערץ 2023
|
מעלות-תרשיחאַ (אַראַביש: معالوت ترشيحا) איז אַ שטאָט אין צפון דיסטריקט, ישראל. זי איז דערקלערט געווארן אַ שטאָט אין 1996. די שטאָט ליגט אין דעם מערב גליל וועגן 600 פיס העכער ים שטאַפּל. דער קראַנטער בירגערמייסטער איז שלמה באָהבאָט, וואס דינט אין דעם אמט זינט יאָר 1976.
די שטאט איז א געמישטע, תרשיחא איז א שטאט מיט אראבער, צען א האלב פראצענט קריסטן, און צען פראצענט מוסלמענער, און איין פראצענט דרוזן. פון די איבריקע אכציג פראצענט, זיבן און זעכציג פראצענט יידן, און די איבריקע "אנדערע" (אסאך פון די אלטע ראטן פארבאנד לענדער, זענען נישט קיין אידן, און געהערן נישט אן צו קיין איינע פון די רעליגיעס).
לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט מעלות 21,500 איינוואוינער, ריכטיק פאר סעפטעמבער 2009.
די שטאט געפונט זיך אין מערב גליל, און די הויכקייט פון שטאט איז בערך 600 מעטער, העכערן ים פלאך. שאסיי 89, פון צפת-נהריה, פארט אריבער נאנט צו די שטאט, און צוטיילט צווישן מעלות און תרשיחא.
היסטאריע
תרשיחא איז אן אלטע שטאט, און ווערט דערמאנט אין די צייטן פון קרייצצוג, און עטליכע קאמפן זענען פארגעקומען, צווישן די קריסטן און מוסלמענער. אין די צייטן פון אטאמאנישע אימפעריע, און דער בריטישער מאנדאט, איז תרשיחא געווארן גרעסער, וויבאלד עס געפונט זיך אויפן וועג צווישן עכו און צפת. ביי די מלחמת השחרור, זענען פארגעקומען שווערע קאמפן, ווי צום סוף האט צה"ל ארויסגעשטויסן, די אראבישע רעטונגס ארמיי, אין שפיץ פון קאוקדזשי.
אין 1957, איז מעלות געגרינדעט געווארן, דורך נייע עולים פון רומעניע, און מאראקא.
אום 15טן מאי 1974, האט א שרעקליכע טראגעדיע באטראפן דעם שטאט, ווען טעראריסטן, האבן אומגעברענגט דריי איינוואוינער פון שטאט, מיט 22 קינדער און נאך דריי אנדערע עלטערע מענטשן, און א צה"ל זעלנער.
אין די 1990ער יארן, האט די שטאט אריינגענומען אסאך נייע עולים, פון די ראטן פארבאנד לענדער, וואס האט פארדאפלט די באפעלקערונג אין שטאט.
אין יאר 2006 ביי די צווייטע לבנון מלחמה, זענען אריבער 600 קאטיושא ראקעטן, געפאלן אין די שטאט, פון איין אזא ראקעטע וואס איז געפאלן אין תרשיחא, זענען דריי יוגענטליכע אומגעקומען.
צווילינג שטעט
- אַסטי, איטאַליע
- פאָרטעביאָ, איטאַליע
- פּערפּיגנאַן, פראַנקרייך
- ביראבידזשאן, רוסלאַנד
- רמת גן, מדינת ישראל
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!