אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים בצלאל פאנעט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:חיים בצלאל פאנעט צו רוי:רבי חיים בצלאל פאנעט)
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
שורה 26: שורה 26:
==זעט אויך==
==זעט אויך==


* [[דעעש (הויף)]]
* [[דעעש (חסידות)]]


==רעפערענצען==
==רעפערענצען==

רעוויזיע פון 08:01, 13 מערץ 2023

רבי חיים בצלאל פאנעט זצ"ל (כ"ג סיון ה'תקס"ג - י"ט ניסן ה'תרל"ד), רב אין פון טאשנאד. דער עלצטער זון פון מראה יחזקאל.

אפשטאם

רבי חיים בצלאל איז געבוירן געווארן אין דער שטאט ביליץ, שלעזיע, כ"ג סיון ה'תקס"ג, צו זיין פאטער הרב יחזקאל פאנעט, רב אין קארלסבורג, באקאנט אלס דער מראה יחזקאל. און צו זיין מוטער מרת חיה רחל א טאכטער פון הרב משה העניג פון לינסק, גאליציע.

רבנות

רבי חיים בצלאל איז פון די צוועלף יאר שוין געווען א תלמיד פון חתם סופר, וועלכער האט שטארק געהאלטן פון אים. מיט דעם וואונטש פון ישמח משה איז רבי חיים בצלאל געווארן אויפגענומען נאך אלס בחור, רב אין באלקאן. נאך זיין חתונה האט רבי חיים בצלאל אפגעטרויטן דאס רבנות און געגעסן קעסט ביי זיין שווער צען יאר. אין יאר ה'תקצ"ד איז רבי חיים בצלאל אויפגענומען געווארן רב אין טאשנאד, און איז געווען דארט רב אומגעפער פערציג יאר.

הסתלקות

רבי חיים בצלאל איז נפטר געווארן דעם דריטן טאג חול המועד פסח י"ט ניסן ה'תרל"ד.

פאמיליע

אין יאר ה'תקפ"ג האט רבי חיים בצלאל געהייראט מרת שרה אסתר בלומא א טאכטער פון הרב הגביר לייביש ניילענדער פון אלפאר, לעבען סאטנאוו. פון זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • דרך יבחר - שו"ת
  • ים הרחב - מסכת גיטין

זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • חכמי טראנסילווניה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!