אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמחה מאנדלבוים"
ק (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום") |
ק (החלפת טקסט – "יידישע טויט דאטום" ב־"אידישע טויט דאטום") |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
{{אישיות | {{אישיות | ||
|אידישע געבורט דאטום=[[ט"ו שבט]] [[ה'תרכ"ט]] | |אידישע געבורט דאטום=[[ט"ו שבט]] [[ה'תרכ"ט]] | ||
| | |אידישע טויט דאטום=[[ה' אייר]] [[ה'תר"ץ]] | ||
|געבורט ארט={{פאן|רוסלאנד ראמאנאוו}} [[טוראוו]] {{ענ|Turov, Belarus}}, [[רוסלענדישע אימפעריע]] | |געבורט ארט={{פאן|רוסלאנד ראמאנאוו}} [[טוראוו]] {{ענ|Turov, Belarus}}, [[רוסלענדישע אימפעריע]] | ||
}} | }} |
רעוויזיע פון 16:15, 9 מערץ 2023
געבורט | מוסטער:פאן/רוסלאנד ראמאנאוו|קישור=רוסלאנד ראמאנאוו|גבול|22x16pxpx|רוסלאנד ראמאנאוו]] [[טעקע: טוראוו (ענ'), רוסלענדישע אימפעריע |
---|
שמחה מאַנדלבוים (ט"ו שבט תרכ"ט, יאנואר 1869 - ה' אייר תר"ץ, מאי 1930) איז געווען אן עסקן, פון די אנגעזעענע יידן אין ירושלים. זיין הויז איז שפעטער געווען באוואוסט ווי דער מאנדלבוים טויער (העב'), וואס אין די יארן 1948 – 1967 איז געווען דער איינציגער גרעניץ־אריבערגאנג צווישן די צוויי טיילן פון ירושלים.
לעבנסגעשיכטע
ער איז געבוירן געווארן אין טוראוו (היינט אין בעלארוס), צו רב ברוך מאנדלבוים, א קארלינער חסיד וואס איז געווען דער טוראווער רב (פריער געווען רב פון די שטעטלעך סטאלין און מאציעוו (העב')). אין יאר תרל"ד (1874) איז ער ארויף מיט זיינע עלטערן און זיינע ניין געשוויסטער קיין ארץ ישראל און די משפחה האט זיך באזעצט אין ירושלים. אין יאר תרמ"ה (1885) בערך איז ער געפארן קיין קאברין כדי חתונה האבן מיט אסתר-ליבא, די טאכטער פונעם קאברינער רבי'ו, רבי מנחם נחום עפשטיין. איידער זיי זענען צוריקגעפארן צו ארץ ישראל איז דאס יונגע פארפאלק געפארן קיין לאדזש וואו זיי האבן איינגעקויפט מאשינען צו שטריקן שטרימפ, וואס זיי האבן מיטגעברענגט צום לאנד און האבן מיט דעם געשאפן פרנסה פאר ווייבער פונעם אלטן יישוב.
משפחה
צווישן זיינע אייניקלעך זענען:
- הרב נחום קוק, רב אין רמת גן
- משה מאנדלבוים, אנפירער פון דער באנק פון ישראל
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!