אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב יצחק רודערמאן"
ק (החלפת טקסט – "טויט דאטע" ב־"טויט דאטום") |
ק (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{רב | {{רב | ||
| | | אידישע געבורט דאטום = ט"ו אדר ב' ה'תר"ס | ||
| יידישע טויט דאטום = י"ד תמוז ה'תשמ"ז | | יידישע טויט דאטום = י"ד תמוז ה'תשמ"ז | ||
}} | }} |
רעוויזיע פון 16:07, 9 מערץ 2023
געבורט | ט"ו אדר ב' ה'תר"ס (יארגאנג: 124) |
---|
הרב יעקב יצחק הלוי רודערמאן (Yaakov Yitzchok Ruderman; ט"ו אדר ב' ה'תר"ס, 1900 – י"ד תמוז ה'תשמ"ז, 1987) איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, מערילענד, פאראייניגטע שטאטן, און א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקע.
לעבנסגעשיכטע
הרב רודערמאן איז געבוירן געווארן אין דאלינאוו, ווייסרוסלאנד, דעמאלסט אינעם תחום המושב אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אין בעלארוס). ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה, וואו זיין פאטער, רבי יהודה לייב רודערמאן איז געווען שטאטס רב. ער האט געלערנט ביים אלטער פון סלאבאדקע און ביים ראש ישיבה, הרב משה מרדכי עפשטיין.
אין תר"ץ האט הרב רודערמאן משתתף געווען אינעם אויפשטעלן פון דער ישיבה אין ניו הייוון, קאנעטיקוט, צוזאמען מיט זיין שווערו, הרב שעפטל קרעמער (אן איידעם פון רבי שרגא פייוול פראנק). אין תרצ"ג איז ער אריבער קיין באלטימאר, וואו ער האט אנגעהויבן אויפשטעלן ישיבת נר ישראל צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב נפתלי ניובערגער, אן אגודת ישראל עסקן אין די פאראייניגטע שטאטן. א סך פון זיינע תלמידים האלטן רבנות שטעלעס אין אמעריקע און אנדערע לענדער.
זיינע תלמידים
צווישן זיינע תלמידים זענען:
- הרב נח וויינבערג - גרינדער און אנפירער פון "אש התורה"
- הרב נפתלי קאפלאן - משגיח אין די ישיבות בית מתתיהו און אור שמח, און גרינדער פון דער ישיבה נתיב הדעת
- הרב אהרן פעלדמאן - ראש ישיבה פון "נר ישראל" אין באלטימאר, און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה אין אמעריקע
זיינע ספרים
- עבודת לוי
- שיחות לוי - אויף פרשת השבוע.
- משאת לוי - אויפן מנחת חינוך. די לעצטע צוויי האבן זיינע תלמידים צוזאמענגעשטעלט נאך זיין פטירה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!