אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה לייב לאנדא"
ק (החלפת טקסט – "טויט דאטע" ב־"טויט דאטום") |
ק (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{רב | {{רב | ||
| | |אידישע געבורט דאטום= [[ט' תמוז]] [[ה'תרצ"ה]] | ||
|געבורט ארט= רמתיים | |געבורט ארט= רמתיים | ||
|יידישע טויט דאטום= [[כ"ד אדר ב']] [[ה'תשע"ט]] | |יידישע טויט דאטום= [[כ"ד אדר ב']] [[ה'תשע"ט]] |
רעוויזיע פון 16:03, 9 מערץ 2023
געבורט |
ט' תמוז ה'תרצ"ה (יארגאנג: 89) רמתיים |
---|---|
טעטיקייט ארט | בני ברק, ישראל |
באלאנג | חב"ד-ליובאוויטש חסידות |
באשעפטיגונג | אב בית דין און רב פון בני ברק |
אמטן |
געפירט כשרות פון בני ברק נשיא פון כולל "פעמי יעקב" פאר הוראה |
זיינע רביס | הרב ברוך שמעון שניאורסאן, הרב שלמה חיים קעסלמאן |
רבי משה יהודה לייב לאַנדא (ט' תמוז ה'תרצ"ה, 10טן יולי 1935 - כ"ד אדר ב' תשע"ט, 30סטן מערץ 2019) איז געווען שטאָט'ס רב און אב בית דין פון בני ברק. הרב לאַנדא האט געפירט די כשרות קערפערשאפט געגרינדעט דורך זיין פאטער, רבי יעקב לאנדא, אַ גוף אנגענומען דורך כמעט דעם גאנצן חרדי'שן ציבור;[1] אויך האט ער געפירט דעם "פעמי יעקב" כולל און אנשטאלט.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געוואָרן אין רמתיים צו רבי יעקב און חיה מינא לאנדא. רבי יעקב איז געווען דער ארטיגער רב. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידען, דער רב פון דער שטאָט פון קאָרניץ אין ווייסרוסלאַנד. בערך אַ יאָר נאָך זיין געבורט, איז זיין פאטער געווארן באשטימט רב פון דעם יישוב בני ברק, און די משפּחה איז אריבערגעגאנגען וואוינען אין בני ברק.
ער האט געלערנט אין דער אור ישראל ישיבה אין פּתח תקוה, און עטליכע יאָרן האט ער געלערנט אין דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק, און אין דער תומכי תמימים ישיבה אין לוד ביי רבי ברוך שמעון שניאורסאָן און ביים משפיע רבי שלמה חיים קעסלמאַן . אין תשט"ו איז ער באשטימט געווארן א מגיד שיעור פאר דער כיתה פון יונגערע תלמידים. אין חודש אלול תשי"ח האט ער חתונה געהאט. אין תשכ"ד האט מען אים באשטימט ווי א מגיד שיעור אין דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב"ד, אַ שטעלע וואס ער האָט געהאלטן 23 יאר. אין דער זעלביקער צייט, האט ער געדינט ווי זיין פאטער'ס רעכטע-האַנט מענטש און האט באהאנדלט מיט רוב פון די רבנישע ענינים פון דער שטאָט. פון דעם יאר תש"ם האט ער געפירט די שטאָטישע כשרות סיסטעם.
משפחה
די קינדער פון הרב לאנדא און זיין ווייב מרים זענען:
- הרב שלמה זלמן לאנדא - משפיע אין די קהילות חב"ד-ליובאוויטש אין רעננה און בני ברק
- הרב יצחק אייזיק לאנדא - ממלא מקום פון זיין פאטער אין דעם רבנות פון בני ברק און זיין כשרות סיסטעם
- הרב ישראל לאנדא - מו"צ און חב"ד שליח פאר דער עברית־רעדניגער געמיינדע אין טאראנטא
- הרב יוסף לאנדא - קאנטראלער פון דער לאנדא כשרות אין אייראפע[2]
- הרב מנחם מענדל לאנדא - חב"ד שליח אין פאלא אלטא, קאליפארניע
- הרב שניאור שמחה לאנדא - חב"ד שליח אין דעם קאמפוס אין נתניה
- מרת נחמה דינה, ווייב פון הרב יוסף יצחק בעלינאוו - רב אין בני ברק, ראש ישיבה אין דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב"ד און ראש כולל "פעמי יעקב"
- מרת פראַדל שולמית, ווייב פון הרב נתן ווינקלער, קאנטראלער פון שחיטה פון דעם כשרות פון הרב לאנדא.
- מרת חיה מינע, ווייב פון אליהו וויינבערג
רעפערענצן
- ↑ ynet, הציבור החרדי משתמש ב-23 סוגי כשרויות בקניית מזון, אויף ynet, 20סטן פעברואר 2007
- ↑ הגאון רבי משה יהודה לייב לנדא זצוק"ל, אויף כיכר השבת (העברעאיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!