אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה זלמן אויערבאך"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי שלמה זלמן אויערבאך צו רוי:רבי שלמה זלמן אויערבאך אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{רב | {{רב | ||
| יידישע געבורט | | יידישע געבורט דאטום = כ"ג תמוז ה'תר"ע | ||
| געבורט ארט = <!--[[ירושלים]]--> | | געבורט ארט = <!--[[ירושלים]]--> | ||
| יידישע טויט דאטע = כ' אדר א' ה'תשנ"ה<!-- | | יידישע טויט דאטע = כ' אדר א' ה'תשנ"ה<!-- |
רעוויזיע פון 11:52, 9 מערץ 2023
באלאנג | ליטווישע |
---|---|
באשעפטיגונג | הלכה, תלמוד, דת ומדע, הלכה ורפואה |
זיינע רביס |
זיין פאטער, הרב חיים יהודה לייב אויערבאך הרב אברהם יצחק הכהן קוק הרב איסר זלמן מעלצער הרב שמשון אהרן פאלאנסקי |
תלמידים |
זיין ברודער הרב אברהם דב אויערבאך |
חיבורים | מאורי אש |
הרב שלמה זלמן אויערבאך (כ"ג תמוז ה'תר"ע - כ' אדר א' ה'תשנ"ה; 30סטן יולי 1910 - 19טן פעברואר 1995) איז געווען ראש ישיבה פון קול תורה, און פון די חשובסטע פוסקים אין די ת"ש יארן.
לעבנסגעשיכטע
רבי שלמה זלמן איז געווען דאס ערשטע קינד געבוירן אין דעם שערי חסד פערטל פון ירושלים געגרינדעט דורך זיין זיידן הרב שלמה זלמן פרוש, נאך וועמען ער האט געהאט א נאמען. ער איז געבוירן כ"ג תמוז ה'תר"ע. זיין פאטער איז געווען הרב חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש ישיבה פון דער מקובלים ישיבה שער השמים, א זון פון רבי אברהם דוב אויערבאך פון טשערנאוויץ; ער האט געשטאמט פון הרב אברהם דוב בער אויערבאך (פאטער פון דער אויערבאך משפחה), וואס איז געווען אן איידעם פונעם תולדות יעקב יוסף פון פאלאנע און א מחותן פונעם בעל שם טוב). זיין מוטער צביה איז געווען פון דער ירושלמי פרוש משפחה, א טאכטער פון הרב שלמה זלמן פרוש.
הרב אויערבאך האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים, וואו ער איז געווארן א תלמיד מובהק פון הרב איסר זלמן מעלצער, וואס האט געגעבן א הסכמה אויף זיין ספר מאורי אש, וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין תרצ"ה; אויך ברענגט ער רבי שלמה זלמן אין זיין ספר אבן האזל. דער ספר מאורי אש, וועגן ניצן עלעקטריע שבת, וואס ער האט ארויסגעגעבן ביי דער עלטער פון 24, האט זוכה געווען אויך צו הסכמות פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, הרב אבא יעקב הכהן באראכאוו און הרב חיים עוזר גראדזענסקי.[1]
אום י"ד אדר ה'תר"צ האט ער געהייראט חיה רבקה, טאכטער פון ר' לייב רוחמקין. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין ישיבת עץ חיים. אין תרצ"ב האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס אויפן שב שמעתתא. פון תרצ"ה האט ער געלערנט נאכמיטאג אינעם כולל של הרב הירש פסח פראנק, "מדרש בני ציון", וואו מ'האט עוסק געווען אין סדר זרעים און הלכות מצוות התלויות בארץ. אין תש"ד האט ער ארויסגעגעב זיין ספר "מעדני ארץ" וועגן שמיטה.
נאך דער פטירה פון רבי יחיאל מיכל שלעזינגער אין תש"ט, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה פון קול תורה, האט מען געבעטן רבי שלמה זלמן איבערצונעמען די פירערשאפט פון דער ישיבה. ער איז געבליבן אין דעם אמט קרוב צו פופציג יאר.[2]
אין זיינע שפעטערע יארן האט מען פארעפנטליכט טייל פון זיינע תשובות אין שוֹ"ת מנחת שלמה.
ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ' אדר ה'תשנ"ה, און ביי זיין לוויה האבן באטייליגט הונדערטער טויזנטער מענטשן. מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות אין ירושלים.
דער רמת שלמה פערטל אין ירושלים איז גערופן אויף זיין נאמען. אזוי אויך האט מען געגרינדעט די ישיבת משכן שלמה אין ירושלים און ישיבת חכמת שלמה אין בני ברק אויף זיין נאמען.
משפחה
זין:
- הרב שמואל אויערבאך - ראש ישיבת מעלות התורה וחבר מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
- הרב עזריאל אויערבאך - רב פון קהילת "חניכי ישיבות" אין בית וגן, ירושלים, חבר בד"ץ שארית ישראל און פארזיצער פון ועד הרבנים לענייני צדקה
- הרב מרדכי אויערבאך - רב קהילת אביר יעקב בתל אביב און ראש ישיבה פון "הליכות שלמה"
- הרב אברהם דוב אויערבאך - אב בית דין אין טבריה
- הרב מאיר שמחה אויערבאך - ראש ישיבת הר"ן און רב אין ביתר עילית
- הרב יעקב אויערבאך - ראש ישיבה אין בית שמש
- הרב ברוך אויערבאך - מהדיר המהרי"ט אלגזי השלם. אומגעקומען אין א שאסיי אקצידענט אין תשנ"ט (1999), זיין אלמנה רביצין הדסה איז די דירעקטארין פונעם "בנות אלישבע" סעמינאר .
טעכטער:
- רחל, ווייב פון הרב זלמן נחמיה גאלדבערג - דיין און פוסק, חבר בית הדין הרבני הגדול, וראש כולל דעת משה סאדיגורא
- מלכה, ווייב פון הרב יצחק ירוחם באראדיאנסקי משגיח אין קול תורה
- מרים (נפ' י"ט אייר תשע"ז), ווייב פון הרב יהודה טרעגער, ראש ישיבה פון ישיבת עץ חיים אין ווילרייק, בעלגיע
וועבלינקען
רעפערענצן
- ↑ שלמה זלמן אויערבך, מאורי אש, ירושלים תרצ"ה
- ↑ מוסטער:שבת בשבתו
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!