אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד שלמה אייבשיץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי דוד שלמה אייבשיץ צו רוי:רבי דוד שלמה אייבשיץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
שורה 1: שורה 1:
{{רב
{{רב
|יידישע געבורט דאטע= תקט"ו
|יידישע געבורט דאטום= תקט"ו
|יידישע טויט דאטע = כ"ג מרחשון תקע"ד
|יידישע טויט דאטע = כ"ג מרחשון תקע"ד
|טויט ארט=[[צפת]]
|טויט ארט=[[צפת]]

רעוויזיע פון 11:32, 9 מערץ 2023

רבי דוד שלמה אייבשיץ
חיבורים לבושי שרד
ערבי נחל

רבי דוד שלמה אייבעשיץ (ה'תקט"ו - כ"ב מרחשון ה'תקע"ד) איז געווען דער שטאטס רב פון סאראקע. ער האט מחבר געווען "לבושי שרד" אויף שלחן ערוך אורח חיים און "ערבי נחל" אויף סדרות. ער איז געווען א וואונדערבארער דרשן.

לעבנסגעשיכטע

רבי דוד שלמה איז געבוירן אין יאר תקט"ו צו זיין פאטער הרב ירחמיאל אייבעשיץ. ער האט געלערנט ביים דובנער רב, דער מחבר פון "ארבעה טורי אבן", און ביי רבי משה צבי העליר, מחבר פון "גאון צבי" אויף חושן משפט". אין חסידות איז ער געווען א תלמיד פון רבי זאב וואלף פון טשארני אסטראה און פון רבי משולם פייוויש פון זבאריזש.

אין תק"ם איז ער געווארן ראשי ישיבה אין נאדווארנע. נאכדעם האט מען אויפגענומען ווי דער ערשטער רב פון כאראסטקאוו, דערנאך אין בודזשאנאוו. אין תקס"ג איז ער געווארן דער ערשטער רב אין סאראקע, בעסאראביע, וואו ער איז געווען פון די ערשטע צו ברענגען חסידות אין רומעניע.

אין תקס"ט איז ער ארויף אין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין צפת. ער האט זיך אינגאנצן באהאלטן דארט און ער האט געהאט פרנסה ווי א מלמד פון קינדער.

ער איז נפטר געווארן כ"ב מרחשון תקע"ד און ער ליגט אין צפת לעבן רבי אריה לייב וואלטשיסקער און רבי אברהם דוב אויערבאך פון אוורוטש.

זיינע ספרים

  • אשד הנחלים
  • בגדי שרד (אויף יורה דעה)
  • כד הקמח (אויף מסכתות און שלחן ערוך)
  • לבושי שרד (אויף אורח חיים)—געדרוקט ביים לעבן פונעם מחבר
  • ערבי נחל (על התורה)
  • מגילת סתרים
  • שו"ת נאות דשא

רעפערענצן