אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי מנחם הערץ הוטנער"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:04, 21 פעברואר 2023
געבורט | ביאליסטאק |
---|
רבי נפתלי מנחם (הערץ מענדל) הוטנער (ה'תרל"ח - כ"ה חשון ה'תרצ"ה) איז געווען א רב אין דער שטאט איישישאק, דער זון פון רבי יוסף זונדל הוטנער.
ביאגרפיע
ער איז געבוירן אין ביאליסטאק צו רבי יוסף זונדל הוטנער און זיין מוטער הענדל. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין כולל קדשים געגרינדעט דורכן חפץ חיים, וואו ער האט געלערנט צוזאמען מיט רבי אלחנן וואסערמאן. ער האט חתונה געהאט מיט קארינא גאלדא, טאכטער פון הרב צבי חיים עפשטיין, רב אין באקשט, די יינגערע שוועסטער פון הרב משה מרדכי עפשטיין, ראש ישיבות סלאבאדקא און חברון. נאך זיין חתונה איז ער באשטימט געווארן אלס רב אין שטעטל טאלאשטש, אין דער ווארשע געגנט, וועלכע רוב פון זייערע איינוואוינער זענען געווען חסידישע. אויף זײן פאטערס באפעל, האט ער א קורצע צײט שפעטער אפגעזאגט פון זײן רבנות, און זיך אומגעקערט קײן איישישאק. זינט דעמאלט האט ער געדינט דעם פאטער און אים געהאלפן אין די ענינים פונעם רבנות.