אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב דוד פרידמאן"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט יעקב דוד פרידמאן צו רוי:יעקב דוד פרידמאן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 41: | שורה 41: | ||
[[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]] | [[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]] | ||
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א|יעקב דוד]] | [[קאַטעגאָריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א|יעקב דוד]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:38, 17 פעברואר 2023
רבי יעקב דוד פרידמאן זצ"ל (ה'תרנ"ד - כ"ב מנחם אב ה'תשט"ו), פון פאשקאן און יפו.
אפשטאם
רבי יעקב דוד איז געבוירן אין באהוש אין יאר ה'תרנ"ד, צו זיין פאטער הרב משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת אלטא נחמה גיטל, א טאכטער פון הרב מנחם נחום דוב בער פרידמאן, פון סאדיגורא.
רבנות
נאך דעם חורבן אייראפע האט רבי יעקב דוד געוואוינט אין בוקארעסט ווי ער האט זיך אוועק געגעבען אויפצוהייבן און ארויסהעלפען די אלע צובראכענע אידן, אין יאר ה'תש"י איז אים געלונגן ארויס צוגיין פון ראמעניע און ארויף צופארן קיין ארץ ישראל. אין ארץ ישראל האט רבי יעקב דוד זיך באזעצט אין יפו, ביז קורץ איז זיין שטוב געווארן ווי א מאגנעט פאר חסידישע אידן און ספעציעל פאר די ראמענישע אידן, און דורך זיין ווירקונג האט ער צוריק געברענגט אסאך אידן צו אידישקייט.
הסתלקות
רבי יעקב דוד איז נסתלק געווארן כ"ב מנחם אב ה'תשט"ו, און ער ליגט אין ביה"ח נחלת יצחק אין תל אביב.
זיין רביצין מרת חיה שרה סימא איז נפטר געווארן ט' כסלו ה'תשל"ח.
פאמיליע
רבי יעקב דוד האט געהייראט מרת חיה שרה סימא, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס שוועסטער) הרב פנחס העשל, פון זינקאוו. זייערע קינדער:
- הרב ישראל שלום יוסף פנחס פרידמאן. ער האט געהייראט מרת שיינדל שרה דבורה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן, דער באהושער רבי אין ארץ ישראל.
- הרב יעקב דוד מענדיל לייב פרידמאן, באהושער רבי אין בני ברק.
- מרת יהודית מלכה, די ווייב פון הרב צבי רבינאוויטש -בני ברק.
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב ברוך שפערבער, א זון פון הרב דוד שפערבער, רב אין בראשאוו.
- מרת אסתר דינה ברכה, די ווייב פון ר' משה שפירא ( - ט' ניסן ה'תשכ"ב) א זון פון איר פעטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (24)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!