אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דיאמעטער"
(געשאַפֿן בלאַט מיט 'קליין|200px|M-צענטער פון קרייז, d- '''דיאמעטער''' פון קרייז, r-ראדיוס פון קרייז אי...') |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:56, 22 נאוועמבער 2022
אין געאמעטריע איז דער דיאַמעטער פון א קרייז א כארדע פונעם קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער. מען ניצט דאס זעלבע ווארט פאר דער לענג פונעם דיאמעטער; די לענג פונעם דיאמעטער איז טאפלט פון דער לענג פון א ראדיוס פונעם קרייז.
אין גראף טעאריע איז דער דיאמעטער פון א פארבינדלעכער גראף דער גרעסטער דיסטאנץ צווישן די ווייטסטן צוויי קנופן איינס פון אנאנד אינעם גראף.
פאראלגעמיינערונג
די דעפיניציעס זענען ספעציפישע פֿאלן פון דעם באגריף פון א דיאמעטער אין א מעטרישן רוים: דער דיאמעטער פון א סכום אין א מעטרידשן רוים איז דער סופרעמום פון די דיסטאנצן צווישן פונקטן אין אים. פארמאל, אז איז א סכום אין א רוים מיט מעטריק , ווערט דער דיאמעטער פון דעם סכום דעפינירט אזוי: .
דער דיאמעטער פון א קרייז לויט דער אלגעמיינער דעפיניציע איז גלייך מיט דער נארמאלער געאמעטרישער דעפיניציע, ווייל דער דיאמעטער איז דער לענגסטער סעגמענט צווישן צוויי פונקטן אין א קרייז.