אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דזשעין אסטן"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:55, 22 נאוועמבער 2022
דזשיין אסטן (ענגליש: Jane Austen; 16טן דעצעמבער 1775 – 18טן יולי 1817) איז געווען אן ענגלישע ראמאניסטקע. זי איז איינע פון די בארימטסטע און מערסט באליבטע שרייבער אין דער ענגלישער ליטעראטור.[1]
דזשיין אסטן איז געבוירן געווארן דעם 16טן דעצעמבער 1775 אין סטיוונטאן, לעבן בייזינגסטאק.[2] זי איז געבילדעט געווארן מערסטנס דורך איר פאטער און אירע עלטערע ברידער, און אויך האט זי געליינט אליין. זי האט געוואוינט אין סטיוונטאן מיט איר משפחה. זיי האבן זיך געצויגן קיין באט, סאמערסעט, ווען איר פאטער האט זיך פענסיאנירט אין יאר 1801. ווען ער איז געשטארבן אין 1805, האט זי ארומגעוואנדערט מיט איר מוטער. אין 1809, האבן זיי זיך באזעצט אין טשאטאן, לעבן אלטאן, האמפשיר. מיי 1817 האט זי זיך געצויגן קיין ווינטשעסטער כדי צו זיין נאנט צו איר דאקטער, און זי איז געשטארבן דארט אום 18טן יולי 1817.
רעפערענצן