אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:צפון קארעא"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט צפון קארעא צו רוי:צפון קארעא אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 60: | שורה 60: | ||
{{אזיע שטאטן|קארעא}} | {{אזיע שטאטן|קארעא}} | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 14:24, 15 יאנואר 2023
דעמאקראטישע מענטשנ'ס רעפובליק פון קארעא 조선민주주의인민공화국 Chosŏn Minjujuŭi Inmin Konghwaguk | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | קארעיש | ||||
הויפּטשטאָט | פיאנגיאנג 39°2′N 125°45′E / 39.033°N 125.750°E | ||||
רעגירונג | קאמוניסטישע דיקטאטורשאפט | ||||
פארזיצער פּרעמיער מיניסטער |
קים דשאנג און | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
120,540 קוואַדראַט ק"מ 98 0.1% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
22,912,177 47 190 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $30,880 מיליאן (93סט) | ||||
וואַלוטע | |||||
צייט זאָנע | UTC + 9 | ||||
אינטערנעט דאָמען | kp. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 850+ |
די דעמאקראטישע מענטשנ'ס רעפובליק פון קארעא אדער מער פאפולער מיטן נאמען צפון קארעא, איז א מזרח אזיע לאנד פלאצירט אויפן צפון האלב פון דעם קארעאישן האלבאינזל.
איר צפון גרעניץ איז איינגעטיילט מערסטענס מיט כינע, כאטשיג א גוטע 11 מייל איז איינגעטיילט מיט רוסלאנד לענגאויס דעם טומאן טייך, און די ווייטער צפון-מזרח ווינקל פון דאס לאנד.
צו איר דרום זייט, טוט זיך דאס גרעניצן מיט דרום קארעא, מיט וואס עס איז אמאל געווען פאראייניגט אין א קארעאישער אימפעריע ביז דער טיילונג נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.
צפון קארעא איז געווארן א נוקלעארע מאכט אום 2006, נאכפאלגנדיג עטליכע סוקסעספולע נוקלעארע און באליסטישע פראבעס. זי פארמאגט א געשאצטע עטליכע צענדליגע נוקלעארע שפיצן אויף באליסטישע מיסילס וועלכע קענען גרייכן א ווייטקייט פון עטליכע טויזנט קילאמעטער.
גרינדונג פון צפון קארעא
ווען יאפאן האט קאפיטאלירט, איז דער קארעאר האלב אינדזל צעטיילט געווארן, צפון צו סאוועט רוסלאנד, און דרום צו די אנדערע אליאירטע קרעפטן. דורכאויס 1948, און אין 1949, האבן די ארמייען פון די לענדער ארויסגעטרעטן פון קארעא, די גרעניץ צווישן די סאוועטיש קאנטראלירטע צפון, און די דעמאקראטישע דרום, איז געווען לענג אויס די גארטל ליניע (געאגראפיע) 38°. די רוסן האבן אויפגעשטעלט א לאנד פון קאמוניסטישן מאדעל, אנגעפירט דורך אן ארבעטער ראט, דער פארזיצער איז געווען קים איל סאנג. ער האט שנעל נאציאנאליזירט אלע פריוואטע געשעפטן און אייגנטומס, און צעטיילט די לאנדווירטשאפט גלייך צו אלע ערד ארבעטער.
קארעא קריג
אין 1950, האט אויסגעבראכן די קארעא קריג, קים איל סאנג האט געוואלט הערשן, אויף א פאראייניגטע קארעא, מיט א גוט אויסמושטירטע ארמיי, און אסאך וואפן פון רוסלאנד, און פון כינע. סטאלין האט נישט געוואלט שטיצן א קריג אין ווייטן אזיע פון אנהייב, שפעטער האט ער איינגעגעבן, נאכן אנטוויקלען פון יאדערישע וואפן, און רוסלאנד איז געווארן א נוקלעארער גרויסמאכט.
דרום קארעא, פון די אנדערע זייט, האט געהאט א שוואך אויפגעשטעלטע ארמיי, און אומערפארן, און האט נישט געהאט דעמאלט די שטיצע פון אנדערע לענדער. אויפן 25סטן יוני 1950, האט דער צפון אנגעהויבן זייער אינוואזיע, און שנעל פאראויס מארשירט, מיט קנאפע ווידערשטאנד, און האבן איינגענומען סעאל.
אום אקטאבער האט די פאראייניגטע פעלקער, וואס האט אריינגעשיקט אן ארמיי אפצושלאגן די קאמוניסטישע אנגריף, האט אין די קאנטער-אטאקע, איינגענומען פיאנגיאנג, די קאמוניסטישע הויפטשטאט, די רעגירונג איז אנטלאפן קיין כינע.
אין נאוועמבער, האבן א האלב מיליאן כינישע זעלנער, זיך אנגעשלאסן צו די צפון קארעאישע ארמיי, און האבן צוריק איינגענומען די קאמוניסטישע הויפטשטאט אין דעצעמבער 1951, און סעאל אין יאנואר 1952.
מערץ 1952, האבן די טרופן פון די פאראייניגטע פעלקער, ווידעראמאל אטאקירט און צוריק איינגענומען סעאל, און מארשירט פאראויס קיין צפון. אין 1953, איז אונטערגעשריבן געווארן א פייער שטילשטאנד אפמאך, צווישן די צפון מיט כינע, מיט די דרום און די פאראייניגטע פעלקער קרעפטן. די גרעניץ איז צוריק געשטעלט געווארן, ווי עס איז געווען איידער די קריג האט אויסגעבראכן.
שלום פארהאנדלונגען
דורכאויס די יארן, זענען פילע פראוון געמאכט געווארן צו שליסן אן אפציעלן שלום אפמאך צווישן דעם קאמוניסטישן צפון מיט דרום קארעא און אירע אליאירטע, אבער אן ערפאלג.
אין 2018 האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ זיך געטראפן מיטן צפון קארעאר פירער קים דשאנג און אויף א ספעציעלן סאמיט אין סינגאפור, אפצייכנענדיג דעם ערשטן מאל זייט דעם קארעאר קריג וואס די פירער פון די צוויי לענדער טרעפן זיך.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!