אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד האגער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:55, 22 נאוועמבער 2022

רבי דוד האגער (ה'תקנ"ז - כ"א מנחם אב ה'תר"ח), פון זאבלאטאוו.

אפשטאם

רבי דוד'קי איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ז, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב שמואל שמחה זימל קאך פון קאסאוו.

רבנות

רבי דוד'קי איז געווען באקאנט אלס אויסערגעווענליכער קלוגער מענטש, א שארפן און טיפן פארשטאנד. דער רוזשינער האט אים געזאגט "דו ביזט דער וועלט'ס חכם", רבי מאיר'ל פרומישלאנער שרייבט אויף אים "געקרוינט מיט קלוגשאפט", דער צאנזער רב האט אויף אים געזאגט "חכם עדיף מנביא".

נאך דער פטירה פון זיין פאטער האבן זיינע אנהענגער געוואלט רבי דוד'קי זאל פראווען רביסטעווע צוזאמען מיט זיין ברודער רבי חיים אין קאסאוו. זייער שוואגער רבי שמעלקא סאסאווער איז געווען דער פארמיטלער און ער האט געפסקנט אז רבי דוד'קי דארף פארלאזן קאסאוו. רבי דוד'קי איז אריבער קיין זאבלאטאוו דארט האט ער געגרינדעט זיין הויף.

הסתלקות

רבי דוד'קי איז נפטר געווארן כ"א מנחם אב ה'תר"ח.

פאמיליע

רבי דוד'קי האט געהייראט מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער. זייערע קינדער:

  • הרב אלטער האגער.
  • מרת פעליא, די ווייב פון הרב ברוך בן רבי שמעון שלמה פון סאווראן

זיינע ספרים

  • צמח דוד

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר