אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גרשון סיראטע"
ק (צוגעלייגט קאטעגאריע:יידן פון ווארשע מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:54, 22 נאוועמבער 2022
גרשון יצחק סיראָטע (תרל"ד - תש"ג) איז געווען פון די גרעסטע חזנים אין אייראפע בעפאר דער צווייטער וועלט קריג.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן אין הייסין, פאדאליע.
זיין חזנישע קאריערע האט ער אנגעהויבן אין אדעס, דערנאך אין תרנ"ז איז ער געווארן חזן אין דער ווילנער שטאט-שוהל.
פון דארט איז ער געגאנגען קיין ווארשע אין דער נאזיק שוהל און שפעטער אין דער בארימטער שוהל אויף דער טלאמאַצקי גאס וואו ער איז געווען ביזן סוף פון זיין לעבן ווען ער איז אומגעקומען על קידוש השם דארט אין ווארשעווער געטא ווען די נאציס האבן אויפגעריסן די בונקער אויף וועלינקע גאס אין וואס ער האט זיך געפונען.
ער האט נאך זוכה געווען באערדיגט צו ווערן אין קבר ישראל אינעם בית עולם אויף דער גענשע גאס.
במשך זיין קאריערע איז ער אויך ארומגעפארן זינגען אין די בתי מדרשים און אויף קאנצערטן אין אמעריקע און ארץ ישראל.
שטימע
סיראטא האט געהאט א מעכטיגע דראמאטישע טענאר, וואס האט איהם געגעבן דעם צונאמען דער יודישער קארוזא. ווייניג חזנים קענען זיך צוגלייכן צו זיין אויסערגעווענליכער שטימע.
רעקארדירונגען
חזן סיראטא איז ווי עס הייסט, אנדערש ווי דאס מערסטע חזנים אין זיין צייט, נישט געווען א קאמפאזיטאר; אבער ער האט רעקארדירט אסאך שטיקלעך און נוסח התפלה וואס מען האט קאמפאזירט ספעציעל פאר איהם.
אין פאקט איז ער געווען פון די סאמע ערשטע צו רעקארדירן פלאטעס, ווען שוין אין תרס"ג טרעפט מען רעקאדירונגען פון איהם.
ער איז אויך רעקארדירט ווי ער זאגט הלל און הושענות אינעם באקאנטן יודישן פילם דער דיבוק.
זיין מערסט באוואוסטע שטיקל איז אויף רצה, פארפאסט דורך זיין דיריגענט יצחק שלאסבערג, וועלכע ער האט רעקארדירט זיבן באזונדערע מאל. (זייער אסאך פאר א רעקארד אין יענער צייט).