אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:געפיקלטע צוויבל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(געשאַפֿן בלאַט מיט ''''געפיקלטע צוויבל''' (ענגליש: Pickled onion) איז א פאפולערע זייטיגע צושפייז וועלכע באשטייט פ...')
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:54, 22 נאוועמבער 2022

געפיקלטע צוויבל (ענגליש: Pickled onion) איז א פאפולערע זייטיגע צושפייז וועלכע באשטייט פון צוויבל געווייקט אין עסיג, זאלץ און געווירצן.

עס איז פאפולער אין ענגלאנד צו עסן פאר מיטאג מיט פיש און טשיפס.

ווען מען נוצט די פערל צוויבל ווערט עס גערופן די זילבער-הויט צוויבל, און דאן ווערט עס נאר געווייקט אין ווייסע עסיג. די סארט נוצט מען אריין צו לייגן אין די גיבסאן קאקטעיל.

אבער פאר די שפאנישע סארט נוצן מען אנדערע גרויסע צוויבל, מען צושניידט עס אויף רעפטלעך בעפארן שטעלן צו ווייקן.

אין שווייץ איז עס פאפולער צו עסן מיט פארשידענע קעזן.

אין האנג קאנג קען עס געפינען אין אסאך רעסטוראנטן ווי מען סערווירט עס בעפאר די מאלצייט.

וועב לינקען