אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גליזשוק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022

Lampyris noctiluca.jpg
אַ גליזשוק (אומבאַקאַנטער זגאל) אין מזרח קאַנאַדע - דאס אייבערשטע בילד איז פֿאָטאָגראַפֿירט געווארן מיט דער קאַמערע'ס בליץ און דאס אונטערשטן אָן.

גליזשוקן, גליווערעם אדער גליפֿונקען זענען אַ פֿאַמיליע זשוקעס מיטן נאָמען Lampyridae. די דאָזיקע זשוקעס זענען באַזונדער ווייל די רוב פֿאַרמאָגן ביאָלומינעסענץ, די מעגלעכקייט צו מאַכן ליכט. אַ מאָל ווערן זיי גערופֿן "לייטענונג זשוקעס" אדער "וואַלד שטערן". עס זענען דאָ בערך 2,000 פֿאַרשידענע זגאלן, די רוב וועלכע זענען אַקטיוו ביי נאַכט.

די דערוואַקסענער ניצן ליכט בליצן צו אַטראַקטירן פּאָרונגען. גליזשוק לאַרוועס מאַכן ליכט בליצן צו ווארענען פֿאַרציקערס פֿון זייער געשמאַק. אַ סך פֿאַרציקערס האַלטן נישט פֿונעם געשמאַק פֿון גליזשוק לאַרוועס.

קערפער

אַ גליזשוק איז אַן אינסעקט, און דערפֿאר האט אַ דרויסנדיקן סקעלעט און דריי קערפער טיילן. זייער ענלעך מיט אַ יערלעכע ציקאַדע, זייערע קערפערס ווערן געוויינטלעך ווייך, און זייערע פֿאָדערשטע פֿליגלען זענען אפֿט מער לעדער ווי פֿון אַנדערע זשוקעס.

אַ גליזשוק קען מען ברוין אדער שוואַרץ מיט געלע און רויטע צייכנס.

פֿונקציע

אַלע גליזשוקן לייַכטן ווען זיי זענען לאַרוועס. ביאָלומינעסענץ האט אַ פֿאַרשידענע פֿונקציע אין גליזשוק לאַרווע ווי אין דערוואַקסענער. עס קוקט ווי אַ וואָרנונג צייכן צו פֿאַרציקערס, ווייל פֿילע גליזשוק לאַרווע פֿאַרמאָגן כעמיקאַלן וואס זענען איבל אדער גיפֿטיק.

דאָס ליכט פֿון דערוואַקסענע זשוקעס איז פֿריער געטראַכט געווארן צו ווערן באַנוצט פֿאַר ענלעכע וואָרנונג צילן, אבער אָט ווערט דער הויפט ציל געטראַכט צו ווערן פֿאַר זכר סעלעקציע. גליזשוקן זענען אַ קלאַסישער ביישפּיל פֿון אַ באַשעפֿעניש וואס נוצט ביאָלומינעסענץ פֿאַר סעקסואַלע סעלעקציע. זיי האבן אויפֿגעבויט אַ סך וועגן צו קאָמוניקירן זיך מיט פּאָרונגען אין פֿאַרלויבונגען: נאָכאַנאַנדיקע לייַכטונגען, צאַנקונגען און די באַניצונג פֿון כעמישע סיגנאַלן וואס זענען נישט פֿאַרבונדט מיט ליכט סיסטעמען.

נאַטירלעכע אומגעבונגען

גליזשוקן לעבן אין טראָפּישע קלימאַטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, לאַטיין אַמעריקע, די קאַריבישע אינזלען און דרום-מזרח אַסיע. זיי אויך לעבן מזרח צו די ראָקי בערג. גליזשוקן אפֿט לעבן אין נאַסלעכע געגנטן ווי רעגנוועלדער, טייַכלעך, זומפֿן, אָזערעס און בלעטער סטױגן. זיי קענען אויך לעבן אין פֿאַרטריקנטע געגנטן ווי הינטערהויפֿן און טשערעטס.

רוב די זגאלן לעבן אין זומפֿן אדער נאענט צו וואַסער, ווייל אַהין קענען זייערע לאַרוועס עסן מער ווי גענוג.

וועבלינקען