אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גודזשאראט"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (Removing Link FA template (handled by wikidata)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
|
גודזשאַראַט (ענגליש: Gujarat; גודזשאראטי: ગુજરાત) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך ביים צפון־מערב בארטן פון אינדיע, ארומגענומען מיט ראדזשאסטהאן אין צפון, מאדהיא פראדעש אין מזרח און מאהאראשטרא אין דרום, מיט דעם אראבישן ים צו מערב און דעם פאקיסטאן־פראווינץ פון סינדה צו צפון־מערב.
די הויפטשטאט איז גאנדהינאגאר, און די גרעסטע שטאט איז אכמעדאבאד. די שפראך פון דעם שטאט איז גודזשאראטי.
גודזשאַראַט באדעקט א שטח פון 196,024 ק"מ², און איז דער זעקסטער גרעסטער שטאט פון אינדיע לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 60 מיליאן מענטשן (אין 2011), איז גודזשאַראַט דער נײַנטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.
פון 2001 ביז 2014 איז נארענדרא מאדי געווען הויפט מיניסטער פון גודזשאראט.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
- [{{#אייגנשאפט:p856}} אפיציעלע וועבזייטל]