אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גוגל"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
די פֿירמע גוגל (ענגליש: Google) איז דער אייגענטימער פון דער גרעסטער זוכמאשין אינעם אינטערנעץ. דער נאמען "גוגל" שטאמט פונעם נומער גוגאל.
היסטאריע
גוגל איז אויפגעשטעלט געוואָרן אין 1996 דורך צוויי אַמעריקאַנע-אידישע אונטערנעמער לעררי פעידזש און סערגעי ברין, סטודענטן פון סטאנפארד אוניווערסיטעט. דער פירמע'ס איינציגער פּראָדוקט איז געווען די גוגל זוכמאַשין, וואס איז געוואָרן שנעל אויפגעכאַפט און ביז א קורצער צייט האט עס געהאַט מיליאָנען באַניצערס.[1][2]
היינט
היינט צוטאגס פירט זיך די אינטערנעט, און נעמט א פירענדע ראלע אין איר גאנצער אויספארמונג און פאפולערקייט פונעם קאלעקטיווען אינטערנעט. אמת עס איז טאקע געווען אינטערנעט פאר גוגל אויכט, אבער זיי האבן איבערגענומען די ראלע פון אפמאכן וועלכער וועבסייט ווערט באקאנט און באניצט און וועלכער נישט. גוגל האט געטוישט און איינגענומען דעם אינטערנעט פענאמען. און זיי זענען דער גרעסטער כוח וואס פירט ווייטער איר דינאמישקייט יעדן טאג מיט נייע ערפינדונגען. גוגל האט זיך אריינגעשטעלט אינדערמיט און געווארן די אגענט וואס דעליווערט דעם אינטערנעט פארן מענטש. און זי באשלוסט וויאזוי, ווען, ווער, ווי, וואס און פארוואס, דאס ווערט אויפגענומען ביים מענטש.
אין אויגוסט 2004 איז די פירמע אַרויף אויף דער בערזע פאַר $85 פּער אקציע, פארדינענדיג דערביי 1.67 ביליאָן דאָלער. ביז'ן ענדע 2004 האָבן זיך די אקציעס געהויבן אויף באַלד $200, און ביים סוף 2005 האָט עס געהאַלטן ביי $400.
וואַקסענדיג אַלץ גרעסער האָט גוגל געהאַלטן אין איין שאַפן און אַרויסגעבן נייע פראָדוקטן, די מערסטע פון זיי אַלץ באדינונגען אויפ'ן אינטערנעץ.
היינט צוטאגס איז גוגל די גרעסטע זוך מאשין אויפן אינטערנעט, כמעט צוויי מאל אזוי גרויס ווי איר נאנטסטער קאנקורענט: יאהו.
איין זאך וואס זי צייכענט זיך אויס איז די שיינע דעזיין וואס איז נישט אנגעפאטשקעט מיט צופיל צעמישטע שרייענדע ווערטער און לינקס. איר הויפט בלאט איז ווייס ציכטיג און ליידיג און נישט אנגעפילט מיט אינפארמאציע.
פֿירמע פּראָדוקטן
- זוכבמאשין (סירטש, Search) – האט מער פון פינף ביליאן סירטשעס א יעדן טאג. גוגל איז די נומבער איין סירטש ענדשין, מיט איבער 57 פראצענט פון די אינטערנעט באנוצער. גוגל ווערט די מערסטע געניצט אין אמעריקע.
- גוגל רעקלאמעס (גוגל עדס, Google Ads) – לייגן ארויס יעדן טאג פיר מיליאן עדס. גוגל פארדינט 121 מיליאן דאללער א טאג פון די עדס. די עדס זענען געוואנדן לויט וואס דער מענטש סירטשט. גוגל האט א פראפייל אויף יעדע מענטש. מ'קען עס טרעפן ביי Accounts> data & privacy> ad personalization.
- גוגל מאַפּעס[3] - טרעפט סיי וועלכע אַדרעס אדער ריכטונגען אויף צו פאָרן ווי אימער אין די וועלט
- יוטוב – פאר ווידעאס
- גוגל פינאַנץ[4] - פאָרשונגס מיטל און אינפארמאַציע פּאָרטאַל אויף סטאַקס, בּאָנדס, מיוטשועל פאָנדן, און אַנדערע פינאַנציעלע דאַטאַ
- בּלאָגער - אַ גרינגן מיטל צו שרייבן אַן אייגענעם בלאָג אויפ'ן וועב
- לעֶבּס - דאָ קען מען זעהן פאַרשידענע נייע פראָדוקטן וואָס גוגל האַלט אינמיטן אויסאַרבעטן
- דזי-מעיל
- גוגל רידער
- גוגל טאָלק
- גוגל טול באַר
- גוגל ספרעדשיט
- גוגל נייעס
- גוגעל קא-אפ
- גוגל אנאליטיקס
- גוגעל אלערטס
אַפּפּליקאַציעס און באַדינונגען פארלאזט אָדער פאַרמאַכט
- גוגל דעסקטאַפ – געווען אַ סוויטע פון כלים אויף דעם באַנוצער'ס אייגן קאָמפּיוטער - אנשטאט די נארמאלע סוירטש אויפ'ן אינטערנעט, דער הויפט פון זיי אַ פערזענליכן זוכמאַשין. עס איז כמעט נישט געווען קיין זאך וואס דאס האט נישט געקענט אפירטרעפן, אימעיל'ס טשעט פיטטשער'ס, און אפילו לאנג אויסגעמעקטע.
- גוגעל ווידעא[5] – געווען א ווידעא וואטשן און ארויפלודירונג וועב סייט פון גוגל. עס איז געווען אַ מאַסן פאַרזאמלונג פון טויזנטער ווידעאס צושפרייט איבער'ן גאַנצן וועב אבער עס האט אייך נישט געשיקט צום מקור נאר עס האט געלייגט די לינק פון ווי עס איז. היינט גיט עס בלויז א סוירטש פאר פילע ווידעאס אויפן געוועב, ווי למשל טייפט אריין זאלי אדער ארוני און זעהט וואס עס געט אייך אלס.
- גוגל רידער – אן RSS צוזאמענשטעלער. RSS איז די שפראך וואס וועב סייטס בלאגס און אלעס וואס ווערט אפדעיטעט אויפן אינטערנעט, שיקט אייך אריין די אפדעיטס אן דעם וואס איר זאלט דארפן נעמען די טירחא אהין צוגיין ליינען. עס איז געווען אויסגעשטעלט ווי א בליצפאסט אינבאקס.
וועבלינקען
- גוגל יידיש זוכבלאט
- גוגל'ס הויפט וועב בלאט
- גוגל אויף העברעיש
- גלאַט־גוגל
- גוגל שׁעֶר אַקטיוויטעט פון גוגל פינאַנץ
- א אינטערסאנטע אומזינסטיגע ביכל אויפן אינטערנט פון 55 וועגן וויאזוי מען קען האבן פאן מיט גוגל.
- א א דאקומענטערי איבער גוגל
- א זייט ביי זייט חילוק צווישן גוגל מאפעס און יאהו מאפעס
רעפערענצן
- ↑ Brin, Sergey; Page, Lawrence (1998). "The anatomy of a large-scale hypertextual Web search engine" (PDF). Computer Networks and ISDN Systems. 30 (1–7): 107–117. doi:10.1016/S0169-7552(98)00110-X.
- ↑ Barroso, L.A.; Dean, J.; Holzle, U. (April 29, 2003). "Web search for a planet: the google cluster architecture". IEEE Micro. 23 (2): 22–28. doi:10.1109/mm.2003.1196112.
We believe that the best price/performance tradeoff for our applications comes from fashioning a reliable computing infrastructure from clusters of unreliable commodity PCs.
- ↑ גוגל מאַפּעס
- ↑ גוגל פינאַנץ
- ↑ גוגל ווידעא
זוכמאשינען | ||
בלעטערער | ||
מאפעס און פאטאגראפיעס | ||
אימעיל | ||
קאמפיוטער נעצווערק און סאפטווער | YouTube • בלאגער • גוגל אנאליטיקס • דאקומענטן | |
שירותים שנסגרו | ||
מענטשן |