אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל צו רוי:רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 09:35, 9 יאנואר 2023

רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל (א' חשון תרנ"ח 18טן דעצעמבער 1897כ"ט אב תשמ"ב 18טן אויגוסט 1982) איז געווען דער ערשטער סקולענער רבי און גרינדער פון דעם סקולענער הויף.

ביאגראפיע

רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל איז געבוירן געווארן אין שטאט סקולען (היינט אין מאלדאווע) צו זיין טאטע הרב ישראל אברהם, וועלכער האט געדינט אלס רב אין שטאט. זיין טאטע איז געווען א באהושער און סאדיגורער חסיד.

ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן איז ער געווען זיבעצן יאר אלט, אבער זייענדיג אן אויסגעצייכנטער למדן האט מען אים אויפגענומען צו ערפילן זיין טאטנ'ס רבנות פאזיציע.

דער אינגער רב האט געהאט גרויסע הצלחה און האט מקרב געווען אסאך אידן וועלכע האבן אסימילירט, און ער האט מיט ווארעמקייט זיי מקרב געווען צו אידישקייט.

דער רבי האט זיך שפעטער געצויגן קיין בוקארעסט, רומעניע. אין בוקארעסט האט ער געהאט אויסצושטיין צרות פון דער קאמוניסטישער רעזשים, און ער איז עטליכע מאל ארעסטירט געווארן דערפאר, און די קאמוניסטן האבן אים גאר ברוטאל געפייניגט.

ווען ער איז באפרייט געווארן האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן און זיך צוערשט באזעצט אין קראון הייטס, דערנאך אין וויליאמסבורג, און אין די שפעטערדיגע יארן אין בארא פארק.

אויף די עלטערע יארן איז דער רבי קראנק געווארן. אום כ"ט אב ה'תשמ"ב, ערב ראש חודש אלול, איז ער נפטר געווארן אין עלטער פון 84 יאר. ער איז געקומען לקבורה אין דערם וויזשניצער בית החיים אין מאנסי. דעם רבינ'ס איינציגסטער זון האט איבערגענומען די רבי'סטעווע ביז צו זיין פטירה.

דער רבי האט מחבר געווען די ספרים נועם אליעזר און קדושת אליעזר.

ארעסט און באפרייאונג

א ניסן תשי"ט איז דער רבי ארעסטירט געווארן פארן פארשפרייטן אידישקייט, און אויף דער אנגעבליכער פאלשער טענה אז ער שפיאנירט פאר מדינת ישראל און אמעריקע. דער רבי איז דאן ארעסטירט געווארן אינאיינעם מיט זיין זון און שפעטערדיגער רבי, ישראל אברהם.

אין תפיסה האבן זיי געהאט אויסצושטיין גאר ברוטאלע פיזישע און גייסטישע פייניגונגען. עסקנים און רבנים איבער דער וועלט האבן זיך אריינגעווארפן אין דעם נושא, און באשלאסן צו העלפן באפרייען דעם רבי'ן פון תפיסה און אים ריינוואשן פון די לעכערליכע קלאגעס.

נאך העפטיגע שתדלנות איז דער רבי מיט זיין זון באפרייט געווארן ערב שבת נחמו. דער רבי מיט זיין זון זענען אבער געבליבן אין טורמע כדי נישט צו מחלל שבת זיין.

דער טאג ווערט זינט דאן געפייערט אין דער סקולענער הויף, און יעדער מוצאי שבת נחמו ווערט געפייערט א גרויסע סעודה הודאה.

דער רבי און זיין זון האבן פארפאסט פילע ניגונים אין טורמע, וועלכע זענען היינט וועלט-בארימט.

חסד אקטיוויטעטן

דער רבי איז געווען גאר טעטיג אין העלפן אידן אונטער דער נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה האט דער אנגעהויבן אדאפטירן פילע יתומים, און זיך אפגעגעבן מיט הונדערטער אנדערע, וועלכע זענען געבליבן אן קיין עלטערן, נאכן ווערן דערמארדעט דורך די נאצישע רוצחים.

מיט דער צייט האט דער רבי געגרינדעט אן אפיציעלע ארגאניזאציע מיט דעם נאמען מוסד חסד לאברהם, וועלכע פונקציאנירט ביז היינט, מיט מוסדות אין ארץ ישראל.

כח הנגינה

דער רבי איז געווען א גרויסער קאמפאזיטאר, און ער האט פארפאסט הונדערטער ניגונים, וועלכע זענען היינט וועלט-בארימט. גאר א גרויסן טייל פון די ניגונים האבן וואונדערליכע געשיכטעס איבער ווען און וויאזוי זיי זענען פארפאסט געווארן, אין צייט פון שמחה אדער ליידער פארקערט, אין טרויער, ווי ווען דער רבי האט געשמאכטעט אין טורמע.

צווישן זיי ציילט זיך:

  • יוודע בגוים
  • ליהודים היתה אורה
  • וביום השבת שבת קודש

משפחה

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!