אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהושע רוקח (מאכניווקא)"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט יהושע רוקח (מאכניווקא) צו רבי יהושע רוקח (מאכניווקא)) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי יהושע רוקח (מאכניווקא) צו רוי:רבי יהושע רוקח (מאכניווקא) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 09:31, 9 יאנואר 2023
רבי יהושע רוקח (געב' כ"א טבת תש"ט) איז דער מאכניווקע-בעלזער רבי אין בני ברק זייט תשמ"ח.
ער איז א בעלזער אייניקל. א גרויסער טייל פון זיינע חסידים זענען בעלזער חסידים וואס האבן אים אויפגענומען פאר "בעלז-מאכניווקער רבי".
ביאגראפיע
רבי יהושע רוקח איז געבוירן געווארן צו רבי יצחק דוד רוקח פון יעראסלאוו, אן אייניקל פונעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב. אלס בחור האט ער געלערנט אין סקווערער ישיבה אין שיכון סקווירא, און אויפגעוואקסן אונטער דעם אויפזיכט און שוץ פון זיין משפחה מיטגליד, רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי. ווען ער איז אנגעקומען צום פרק 'האיש מקדש', האט ער געהייראט זיין רעביצין מרת חיה גיטל, טאכטער פון רבי שלום מיכאלאוויטש פון בראדוויל. זיין עלטער פעטער, דער מאכניווקער רבי, רבי אברהם יהושע העשיל, האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער און האט באשטימט זיין נעפע איבערצונעמען די הנהגה, און טאקע נאך זיין פטירה אין יאר ה'תשמ"ח, איז רבי יהושע באקרוינט געווארן רבי און פארזיצער פון דער מאכניווקער דינאסטיע.
נאכדעם וואס איז ער איז געווארן רבי, האבן פילצאליגע בעלזער חסידים וואס האבן פארלאזט דעם בעלזער חסידות און נישט צוגעשטימט אנצונעמען דעם היינטיגן בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח אלס זייער מנהיג, אויפגענומען רבי יהושע אלס זייער רבי. אין יאר ה'תשע"ו נאך אן אפמאכונג מיט דעם מוטער חסידות בעלזא, האט מען באשלאסן אז דאס חסידות וועט גערופן ווערן מאכניווקא בעלזא, און נישט בעלזא מאכניווקא ווי ס'איז געווען פארדעם. מיט שליסן די אפמאכונג איז געקומען צו ענדע א פיליעריגע מחלוקת וואס האט געהערשט צווישן די צוויי חסידות'ן.
משפחה
רבי יהושע האט געהייראט מרת חיה גיטל, טאכטער פון רבי שלום מיכלאוויטש פון בראד-ראדוויל, זייערע קינדער:
- מרת רייזיל, ווייב פון הרב יוסף מאיר מאשקאוויטש, זון פון רבי נפתלי פון מעליץ.
- הרב ישכר דוב, האט געהייראט מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי אברהם יחיאל לעמבערגער פון מאקאווא בני ברק.
- מרת מלכה, ווייב פון אלטער משה טווערסקי, זון פון רבי זאב זון פון רבי יוחנן פון ראחמיסטריווקא.
- הרב יוסף מאיר, האט געהייראט מרת מלכה אסתר רחל, טאכטער פון רבי יוסף דוד טייטלבוים פון סאסאוו.
- מרת חנה דבורה, ווייב פון ר' נפתלי מאשקאוויטש זון פון רבי יעקב פון שאץ בני ברק.
- מרת בתיה רבקה, ווייב פון ר' אהרן טווערסקי, א זון פון רבי דוד, דער רב פון ראחמיסטריווקא אין ירושלים, זון פון רבי זאב זון פון רבי יוחנן פון ראחמיסטריווקא.
- הרב אהרן, האט געהייראט מרת סימא, טאכטער פון רבי יצחק דוד הורוויץ גאב"ד ראצפערט.
- הרב יחיאל מיכל, איידעם פון זיין פעטער רבי שלמה רוקח פון יעראסלאוו.
- הרב שלום, איידעם פון הרב יהושע שטערן (זון פונעם ביליצער רב און איידעם פון ר' מאטאלע ראחמיסטריווקער).
- הרב אברהם, האט געהייראט מרת איידל מאטיל, טאכטער פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש פון ביאלא בני ברק.
- הרב מרדכי, האט געהייראט מרת שרה סאשא, טאכטער פון זיין שוואגער הרב יוסף מאיר מאשקאוויטש.
- מרת רעכיל, ווייב פון ברוך האלבערשטאם אייניקל פון רבי אלישע פון גארליץ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!