אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישעיה יעקב פארטוגאל"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט ישעיה יעקב פארטוגאל צו רבי ישעיה יעקב פארטוגאל) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי ישעיה יעקב פארטוגאל צו רוי:רבי ישעיה יעקב פארטוגאל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 09:30, 9 יאנואר 2023
געבורט | בוקארעסט, רומעניע |
---|---|
ווייב | סילקא |
הרב ישעיה יעקב פארטוגאל (געב' כ"ו אדר ב', ה'תשט"ז) איז דער היינטיגער און דריטער סקולענער רבי.
לעבנסגעשיכטע
רבי ישעיה יעקב, געבוירן אין יאר ה'תשט"ז, אין שטאט בוקארעסט, רומעניע, צו זיין פאטער הרה"ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל, דער פריערדיגער סקולענער רבי, און צו זיין מוטער מרת רייזל, טאכטער פון הרב מנחם זאב שטערן, רב פון דעם גבעת שאול געגנט אין ירושלים.
ווען ער איז געווארן דריי יאר אלט, איז ער אריבערגעצויגן אינאיינעם מיט זיין פאטער אין לאנדאן, וואו זיי האבן געוואוינט א שטיק צייט. שפעטער, זענען זיי אריבער קיין ניו יארק, דארט וואו זיין זיידע, רבי אליעזר זוסיא, דער ערשטער סקולענער רבי, האט זיך שוין באזעצט.
אנפאנג, האבן רבי ישעיה יעקב און זיין פאטער, געוואוינט אין קראון הייטס, ברוקלין, און רבי ישעיה יעקב איז געשיקט געווארן צו לערנען אין דער לאקאלער תלמוד תורה. אין עלטער פון דרייצן יאר, נאך זיין בר מצווה, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין סאטמארער ישיבה. שפעטער איז ער געפארן קיין ארץ ישראל צו לערנען אין רוזשינער ישיבה, אין ירושלים.
אין יאר ה'תשל"ה, האט ער געהייראט זיין ווייב מרת סילקא, טאכטער פון רבי מאיר גרינוואלד פון טעטש, וועלכער איז אויך געווען דער שווער פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד דער היינטיגער פאפא רבי.
שפעטער האט זיך רבי ישעיה געצויגן קיין מאנטרעאל וואו, נאך דער פטירה פון זיין שטיף שווער הרב יצחק אייזיק מאשקאוויטש, איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב ביהמ"ד מאור הגולה.
דעם טאג פון זיין 63סטן געבורטס-טאג, ביי דער לויה פון זיין טאטע – כ"ו אדר ב' תשע"ט – איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום, אלס אדמו"ר מ'סקולען, און אלס נשיא מוסדות חסד לאברהם.
קינדער
- הרב אהרן מאיר, האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון הרב שלמה אליעזר ברוינשטיין, דומ"ץ אין מאנסי.
- מרת שיינא רחל, ווייב פון הרב מרדכי דוב בעק, זון פון רבי חיים יהודא, אב"ד טשערקאס, מאנסי.
- מרת הינדא טשיפא, ווייב פון הרב יואל מאסקאוויטש, זון פון רבי יצחק אלעזר, דער שאצער רבי פון מאנסי.
- הרב אליעזר זוסיא, האט געהייראט מרת יוכבד, טאכטער פון רבי ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון אמעריקע.
- מרת אסתר פריידא, ווייב פון הרב יוסף משה דוב אונסדארפער.
- מרת מאטיל לאה, ווייב פון הרב דוד פרידמאן.
- מרת זיסל, ווייב פון הרב מנחם נחום טווערסקי, זון פון רבי אברהם דוב, אב"ד רחמיסטריווקא מאנסי, און איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי.
- מרת עטיל חיה שרה, ווייב פון הרב מנחם מענדיל בריעף.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!