אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב יצחק פון פשיסחא"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי יעקב יצחק פון פשיסחא צו רוי:רבי יעקב יצחק פון פשיסחא אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:24, 9 יאנואר 2023
רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל (ה'תקכ"ז - י"ט תשרי ה'תקע"ד), רבי אין פרשיסחא, באקאנט אלס דער איד הקדוש, דער גרינדער פון דעם פוילישן שטייגער אין חסידות.
אפשטאם
רבי יעקב יצחק איז געבוירן אין פשעדבארז אין יאר ה'תקכ"ז צו זיין פאטער הרב אשר, רב אין פשעדבארז.
רבנות
רבי יעקב יצחק איז נאך אין זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו חסידות דורך דעם רבין הרב דוד פון לעלאוו, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון חוזה פון לובלין. וויבאלד מען האט נישט געוואלט רופן רבי יעקב יצחק ביים נאמען פון זיין רבין האט מען אים געריפן דער איד הקדוש.
נאך ביים לעבן פון זיין רבין דער חוזה, האט דער איד הקדוש אויפגעשטעלט זיין אייגענעם חסידישן הויף אין פרשיסחא, געגרינדעט אויף זיין אייגענעם שטייגער, ארום גענומען מיט לומדים און שארפע יונגעלייט, שפעטער באקאנט אלס פוילישע חסידים, וועלכעס האט ארויס גערופן א שפאלטונג מיט די אנדערע תלמידים פון חוזה.
הסתלקות
רבי יעקב יצחק איז נפטר געווארן י"ט תשרי ה'תקע"ד, אין ליגט אין פרשיסחא.
פאמיליע
זיינע קינדער:
- רבי ירחמיאל ראבינאוויטש (ה'תקמ"ד - ח' אייר ה'תקצ"ד), זיין ממלא מקום אין פרשיסחא.
- רבי יהושע אשר ראבינאוויטש (ה'תקס"ד - כ"ה אייר ה'תרכ"ב), פון פאריסאוו
- רבי נחמיה ראבינאוויטש פון ביכאוו
- מרת רבקה רחל, די ווייב פון רבי משה בידערמאן פון לעלאוו.
זיינע תלמידים
פון זיינע באקאנטע תלמידים:
- רבי שמחה בונם באנהארד פון פרשיסחא.
- רבי מנחם מענדל מארגנשטערן פון קאצק.
- רבי ישראל יצחק קאליש פון ווארקא.
- רבי חנוך העניך הכהן לעווין פון אלעקסאנדער.
- רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש פון ראדאמסק.
זעט אויך
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!