אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רויטארמייאיש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "דערשיינ" ב־"ערשיינ")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רויטארמייאיש צו רוי:רויטארמייאיש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 00:13, 9 יאנואר 2023

 

רויטאַרמייאיש איז א ביכל פון ייִדישע לידער געשריבן פונעם באקאנטן פאעט איציק פעפער און געדרוקט דורכן פאלקס פארלאג פונעם איקוף אין ניו יארק אין ה'תש"ד אין 2000 עקזעמפּלאַרן.

אין דעם זעלבן יאר האט ער און שלמה מיכאלס אונטערגענומען א בארימטן באזוך צו די פאראייניגטע שטאטן צו שאַפן שטיצע פאר דער סאוועטישער ארמיי, צו וואס עס איז דאן דערשינען דאס בוך היימלאנד, און עס איז דעמאלט ביים איקוף-באגעגעניש געשאפן געווארן דער פאָנד ארויסצוגעבן יידיש-סאוועטישע ווערק, און דער בוך איז ערשיינען מיט דער הילף פונעם דאזיקן פאנד מיט די באשטייערונג פון טעסי שענקער, י. קעסמאן און אנדערע.

אויפן ערשטן בלאט פון טייל פון די ביכער ליינט זיך דאס פאלגנדע:

"דער האַנאָראַר פארן בוך

איז איבערגעגעבן

דעם פאָנד פאַר הילף

דער רויטער ארמיי"


דער שער-בלאט איז געצייכנט פון מארק שאגאל.

עס אנטהאלט 43 לידער אין א ס"ה פון 125 זייטן.

אינהאלט

מערסטנס לידער באציהען מיט שאנד און עקל קעיגן נאצי דייטשלאנד, וועלכע ער באצייכנט אין איינע פון זיינע ליעדער מיט שפּאַס אלס בייטשלאנד.

דער בוך ריהמט רוסלאנד'ס רויטע ארמיי און זייער פיהרער סטאלין, ווי דער צווייטער ליעד איז אין זיין לויב.

טראגיקאמיש איז אז פעפער זעלבסט איז אומגעבראכט געווארן דורך סטאלין אין 1952 צוזאמען מיט די הרוגי מלכות פונעם ראטנפארבאנד.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!