אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קרית ים"
ק (החלפת טקסט – "וווי" ב־"וואוי") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט קרית ים צו רוי:קרית ים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 00:01, 9 יאנואר 2023
|
קריַת ים איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איינע פון די שטעט אין קריות. געגרינדעט אין יאר 1941, און אנערקענט אלס שטאט אין 1976. געפונט זיך אכט קילאמעטער צפון פון חיפה.
קרן קיימת לישראל, און אן אמעריקאנער געזעלשאפט, האבן אויספלאנירט די שטאט נאך אין 1939. זיי האבן געבויט 60 הייזער, און 40 פון זיי איז געגאנגען פאר בריטישע זעלנער, און די איבריקע איז פארקויפט געווארן.
די בריטישע האבן געזען אין די ים ברעגעס, א וויכטיגע סטראטעגישע ציל, וויבאלד עס איז קעגן איבער דעם פארט, און דעריבער איז געווען אן אנוועזנהייט פון סאלדאטן אין שטאט, ווי אויך א מיליטערישע באזע. יידישע נוטרים האבן זיך אויך געפונען אין שטאט, און שפעטער האבן זיך א טייל פון זיי, אויך באזעצט אין שטאט.
אנהייב זענען אידן, באפרייטע פון מיליטער דינסט, געווען רוב איינוואוינער פון שטאט, אידן וואס האבן געדינט אין בריטישן מיליטער, אדער די יידישע בריגאדע, ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.
ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, איז די שטאט באטראפן געווארן פון קאטיושא ראקעטעס, וואס האט פאראורזאכט שאדענס צו דער שטאט, אבער אין שטאט איז קיינער נישט אומגעקומען. פינף איינוואוינער פון שטאט, זענען אומגעקומען אין חיפה באן מעכאניק, ווי אכט ארבעטער זענען אומגעקומען, און פינף זענען געווען פון קריית ים, אויך איז א סאלדאט פון צה"ל, אן איינוואוינער פון שטאט, אומגעקומען אין די שלאכטן אין לבנון.
חיפה דיסטריקט | ||
---|---|---|
גראפנשאפטן | ||
שטעט | אום על פאכעם · אור עקיבא · באקא על-גארביע · חדרה · חיפה · טירת כרמל · נשר · קרית אתא · קרית ביאליק · קרית ים · קרית מוצקין | |
לאקאלע ראטן | בנימינה-גבעת עדה · בסמ"ה · ג'סר א-זרקא · ג'ת · דלית אל-כרמל · זכרון יעקב · כפר קרע · מעלה עירון · עספיא · ערערה · פוריידיס · פרדס חנה-כרכור · קציר-חריש · קרית טבעון · רכסים | |
ראיאנראטן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!