אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ברוך נתן האלבערשטאם"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022
טעטיקייט ארט | לאנדאן |
---|---|
באלאנג | סאטמאר (מהרי"י) |
באשעפטיגונג | רבנות און הוראה |
רבי ברוך נתן האלבערשטאם איז דער רב פון דער סאטמארער קהילה פון רבי זלמן לייב טייטלבוים אין לאנדאן. ער איז געווארן רב אין תשע"ה נאך וואס ער האט דארט געוואונען די וואלן,[1] און ער האט זיך דאן אהינגעצויגן פון זיין היימשטאט וויליאמסבורג וואו ער פלעגט וואוינען בעפאר.
ער איז גאון אדיר, און גאר א שארפער, א שטרענגער קנאי און א גאר קלוגער מענטש.
ער איז גאר שטארק באהאוונט אין דער שיטה פון רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר, און ער טרעט אפטמאל אויף מיט דרשות איבער דער שיטה, און אקעגן די ציונים און אגודיסט'ן. ער איז אויסגעוועלט געווארן צו אויפטרעטן ביים גרויסן כינוס אין בארקלעיס סענטער אקעגן דעם גזירת הגיוס.
ביאגראפיע
ער איז א זון פון רבי משה האלבערשטאם, דער קיוויאשדער רב זצ"ל פון וויליאמסבורג, וואס איז א בן אחר בן צום צאנזער רב. ער האט געהייראט רחל, די טאכטער פון רבי מרדכי שטיין, פאלטישאנער רב.