אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סימאן באליוואר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אומאפהענגיק" ב־"אומאפהענגיג")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סימאן באליוואר צו רוי:סימאן באליוואר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 21:46, 8 יאנואר 2023

סימאן באליוואר

סימאן באליוואַר (שפּאַניש: Simón Bolívar‏; 24סטן יולי 1783 - 17טן דעצעמבער 1830) איז געווען א ווענעזועלישער מיליטארישער און פאליטישער פירער.

ער איז געבוירן געווארן אין קאראקאס, ווענעזועלע. ער האט באפרייט אסאך לענדער אין דרום אמעריקע, ווי למשל ווענעזועלע, קאלאמביע, עקוואדאר, פערו און באליוויע, פון שפאניע. ער איז געווען דער פרעזידענט פון גראן קאלאמביע, א לאנד וואס האט זיך שפעטער צעטיילט אויף קאלאמביע, ווענעזועלע, עקוואדאר און פאנאמא.

דער נאמען פון באליוויע איז לכבוד באליוואר.

רעוואלוציע אין לאטיין אמעריקע

שפאניע האט געהערעשט אין דרום אמעריקע דורך גובערנאטארן. אין 1808, האט נאפאלעאן איינגענומען שפאניע און האט איינגעשטעלט זיין ברודער, יאזעף באנאפארטע דעם נייעם מלך. די קאלאניעס אין לאטיין אמעריקע האבן רעבעלירט מיט דער טענה אז זיי זענען געטריי צום אלטן קעניג, שארל דער פערטער פון שפאניע און נישט צו נאפאלעאן.

באליוואר האט געפירט א קאלאמבישע ארמיי און אין 1814 האט ער איינגענומען באגאטא.

דעם 6טן סעפטעמבער 1815 האט סימאן באליוואר געשריבן א בריוו פון דזשאמייקע וואו ער האט ערקלערט פארוואס גאנץ דרום אמעריקע זאל זיין אומאפהענגיג פון שפאניע. אום 26סטן מאי 1819 האט באליוואר צוזאמענגענומען א גרופע פארטיזאנער וואס האבן געוואלט באזיגן די שפאנישע מיליטער. אום 7טן אויגוסט האבן זיי געקעמפט קעגן די מאנארכיסטן און האבן איינגענומען באיאקא, קאלאמביע. אין יוני 1821 האבן זיי איינגענומען קאראקאס, און א פאר טעג נאכהער גאנץ ווענעזועלע. דערנאך האט באליוואר געקערט צו דרום און האט איינגענומען קיטא.

אין 1819 האט ער פראקלאמירט די אומאפהענגיגקייט פון דער רעפובליק פון גרויס-קאלאמביע, א לאנד וואס שליסט איין די היינטיגע לענדער פון עקוואדאר, קאלאמביע, ווענעזועלע און פאנאמא. דעם 17טן דעצעמבער 1819 איז ער געווארן איר ערשטער פרעזידענט.

דעם 27סטן יולי 1822 האבן סימאן באליוואר און חאסע דע סאן מארטין געטראפן ביי גאיאקיל.


וועבלינקען


ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!