אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה הורוויץ"
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט משה הורוויץ צו רוי:משה הורוויץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 20:57, 8 יאנואר 2023
רבי משה הורוויץ זצ"ל (ה'תקפ"ד - י' סיון ה'תרנ"ד), רב אין ראזוואדאוו.
אפשטאם
רבי משה'לי איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ד, צו זיין פאטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.
רבנות
רבי משה'לי איז געווען רב אין ראזוואדאוו.
הסתלקות
רבי משה'לי האט יארן שטארק געליטען אום לעצטען יאר איז ער געלעגען שבועות אין בעט, שבת האט ער זיך בעסער געפילט, זונטאג איז ער נפטר געווארן י' סיון ה'תרנ"ד), אין ראזוואדאוו. די ירושה איז צוטיילט געווארן מיט א גורל דורך דעם דיין הרב אלעזר רוזן.
פאמיליע
רבי משה'לי האט געהייראט די טאכטער פון סיגעטער רב - הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים - דער ייטב לב. זייערע קינדער:
- הרב צבי הירש הורוויץ (ה'תר"ט (אומגעפער) - חשוון ה'תרע"ט), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ראזוואדאוו. ער האט באקומען א חאלאטעל וואס איז געווען בירושה פון קאזשניצער מגיד.
- הרב אברהם חיים הורוויץ (ה'תר"י - כ"ט תשרי ה'תרע"ט), רב אין פלאנטש, ער האט באקומען די גאלדענע חנוכה מנורה.
- הרב יצחק הורוויץ (ה'תרכ"ב - כ"ד אדר ה'ת"ש), רב אין סטיטשין.
- מרת שרה די ווייב פון הרב צבי אלימלך שפירא (ה'תר"א - ה' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין בלאזשאוו.
- מרת בלומא חנה, די ווייב פון הרב שלום דוד אונגאר (ה'תר"ך – ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג), רב אין דזשאבנא.
- די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם (ה'תרי"ב - כ"א אדר ה'תרצ"ג), רב אין גריבאוו און צאנז.
- מרת רוזלה, די ווייב פון הרב אלימלך אהרן שניאור זלמן טווערסקי (כ"ג תשרי ה'תרכ"ד - י"ט חשוון ה'תרפ"ד) פון קראסנא.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!