אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מארק שאגאל"
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט מארק שאגאל צו רוי:מארק שאגאל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 20:22, 8 יאנואר 2023
מאַרק זאַכאַראָוויטש שאַגאַל (רוסיש: Марк Захарович Шагал; פראַנצויזיש: Marc Chagall; בעלארוסיש: Марк Захаравіч Шагал 7טן יולי 1887, וויטעבסק ,רוסלענדישע אימפּעריע - 28סטן מערץ 1985) איז געווען א יידישער־רוסישער מאלער.
מארק איז געבוירן דעם 7טן יולי 1887 אין וויטעבסק, רוסלענדישע אימפעריע, (יעצט אין ווייסרוסלאַנד), א שטאט מיט 50% יידישע איינוואוינער, אַלס משה שאַגאַל (אין די רוסישע דאָקומענטן: מאָוושאַ כאַצקעלעוו שאַגאַל, צו זיין פאטער חַצקל און זיין מוטער פייגא איטא. שאַגאַל איז אַ ביסל רוסיפיצירטער נוסח פונעם פאַמיליע-נאָמען סעגאַל סג"ל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין דער אָרטיקער אידישער הברה).
אין 1915 האט ער חתונה געהאט מיט בעלא ראזנפעלד פון וויטעבסק. זיי האבן געהאט איין קינד, א טאכטער אידא.
מאַרק שאַגאַל איז געווען אַ רוסישער און פראַנצויזישער מאָלער און גראַפיקער פון ייִדישן אָפּשטאַם, איינער פון די סאַמע פּראָמינענטע קינסטלערס פונעם 20סטן יאָרהונדערט. ער האָט אָנגעהויבן צו שטודירן מאָלעריי אין 1906 אונטער דעם מאָלער יהודה פען.
ער איז נפטר געוואָרן דעם 28סטן מערץ 1985 אין סען-פּאָל-דע-וואַנס, פראַנקרייך.
זעט אויך
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מארק שאגאל |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!