אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר הורוויץ (לינסק)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}, , ← , (2))
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט מאיר הורוויץ (לינסק) צו רוי:מאיר הורוויץ (לינסק) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 20:08, 8 יאנואר 2023

רבי מאיר הורוויץ זצ"ל (ה'תרי"ז - ד' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין לינסק.

אפשטאם

רבי מאיר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ז [1] (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב מנחם מענדל הורוויץ, רב אין לינסק, א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין לינסק, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים יוכבד א טאכטער פון הרב ישכר דוב בעריש בעער, רב אין איסטריק און ליטאוויסק, א זון פון הרב שמואל זיינוויל בראווער, רב אין ליטאוויסק. .

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי מאיר'ל געוואוינט אין צאנז און געגעסן קעסט ביי זיין שטיף-שווער דער צאנזער רב, דארט איז רבי מאיר'ל געקרוינט געווארן אלס דיין אין צאנז אין בית דין פון צאנזער רב. נאך די פטירה פון צאנזער רב, איז רבי מאיר'ל צוריק קיין לינסק, פון דארט פלעגט ער פארן קיין שינאווא צום שינאווער רב, וועלכער האט ארויסגעוויזען א געוואלדיגע ליבשאפט צו רבי מאיר'ל, און פלעגט אים ריפן "שוואגער". (זיי זענען אויך געווען מחותנים, רבי מאיר'לס שוועסטער חיה יהודית איז געווען א שניר פון שינאווער רב, די ווייב פון סטראפקאווער רב.

אין יאר ה'תרנ"ז (אומגעפער) ווען זיין פאטער רבי אברהם חיים (דער צווייטער) איז קראנק געווארן, האט מען אויפגענימן רבי מאיר'ל אלס יונגער רב אין לינסק. נאך זיין פאטער'ס פטירה כ"ג חשוון ה'תרס"ה איז ער געווארן רב אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי מאיר'ל האט זיך אנגעליטן פון די באקאנטע קרענק און איז נפטר געווארן ד' ניסן ה'תרפ"ד [2], אין ליגט אין לינסק.

פאמיליע

אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער) האט רבי מאיר'ל געהייראט מרת הינדא רחמה א טאכטער פון הרב נפתלי צבי פרנס, פון צאנז, אן אייניקל פון מגלה עמוקות.

(רבי נפתלי צבי איז נפטר געווארן זייער יונג, זיין ווייב די אלמנה, מרת רבקה א טאכטער פון הרב אלימלך טורם האט געהייראט בזיווג רביעי הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. אירע קינדער - צוויי זונען און די טאכטער הינדא רחמה זענען אויפגעצויגן געווארן ביים צאנזער רב ויי אייגענע קינדער, אין ער האט זיי חתונה געמאכט ווי זיינע אייגענע קינדער).

זייערע קינדער:

  • מרת רבקה הי"ד, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא תאומים פרענקל, דיין אין וויעליטשקא, א זון פון וויעליטשקער רב.
  • מרת ביילא הי"ד, די ווייב פון הרב אלימלך פאנעט, פון דעעש.
  • מרת הענטשא, די ווייב פון הרב נפתלי צבי פרנס, פון לאנדאן, א זון פון איר פעטער הרב יעקב קאפל פרנס.

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא, א.ל.ג. תר"ך בערך
  2. זרעא קדישא, א.ל.ג. תרפ"ג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!