אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חתן מאהל"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט חתן מאהל צו רוי:חתן מאהל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 18:19, 8 יאנואר 2023
דער חתן מאָהל אדער חתן מאָל איז אן אלטער יידישער מנהג ווען דער חתן מאכט א סעודה די נאכט פאר דער חתונה.
זייט דער חורבן אייראפע זעט מען נישט דער דאזיגער מנהג ביים המון עם אבער עס ווערט נאך ווערט געפירט אין עטליכע חסידישע הויפן, און רעכנט אריין ביי דער סעודה טאנצן ענליך צו א מצוה טאנץ.
איבער דעם מנהג
ביי א סאך רעבישע משפחות און הויפטזעכלעך אין הויפן וואס שטאמען אפ אורשפרינגליך פונעם טשערנאבלער בוים-שטאם, אזוי ווי סקווירא, רחמיסטריווקא, טשערנאבל, און אויך אין בעלזא, וויזשניץ און נאך, פירט מען זיך אז אין דער נאכט פאר דער חתונה, ווערט דער חתן ארומגעפירט אין הקפות און מיט געזאנג באגלייט דורך די מחותנים ארום דער שטאט אדער ארום דעם בית מדרש פונעם הויף. דערנאך א פייערליכע סעודה ווערט צוגעשטעלט פאר די חסידים אין דעם בית מדרש. די פאראנשטאלטונג ווערט געזיגלט מיט א מצווה טאנץ פונעם חתן מיט דער כלה דורך א גארטל, אין פארנט פונעם רבי'ן, די מחותנים און די חסידים, אויסער בחורים וואס זענען נישט ערלויבט צו זיין אנוועזנד ביי דעם מעמד צוליב צניעות אנגעלעגנהייטן.
טראצדעם וואס עס רעדט זיך פון א פארצייטישן הייליגן מנהג וואס איז געווען אנגענומען נאך ביי צדיקים פון די פריערדיגע דורות, עס זענען געווען און אויך עס זענען פאראן ביז היינטיגן טאג הויפן וואו מען איז שטארק קעגן דעם שטייגער, און איבערהויפט קעגן דעם אז דער חתן זעט זיך מיט דער כלה נאך איידער זיי שטייען אונטער דער חופה און טאנצט מיט איר מצווה טאנץ. צווישן די חסידותן וואס זענען קעגן דעם מנהג קען מען אריינרעכענען: צאנז, סאטמאר און נאך. דער ישמח משה, גרינדער פון שושלת סיגעט-סאטמאר, איז ארויסגעקומען מיט א שארפן בריוו קעגן דעם מנהג. צום ביישפיל אין סקווירא איינער פון די תנאים פאר מען שליסט א שידוך איז אז מען מוז מאכן א חתן מאהל פאר דער חתונה, קעגנזאץ צו סאטמאר וואו מען איז נישט מסכים אונטער סיי וועלכע אומשטענדן צו מאכן א חתן מאהל.
אין יאר ה'תשכ"ו ווען ס'איז פארגעקומען אין קרית וויזשניץ אין בני ברק, די חתונה פון רבי אהרן טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמארער רביס, מיט מרת סאשע, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק, האט מען געמוזט אין וויזשניץ מוותר זיין אויפן מנהג צוליב דער סאטמארער זייט. אין דער גרויסארטיגער חתונה פון הרב זאב שטערנבוך, זון פון רבי ברוך, רב פון וויזשניצער חסידים אין דער שטאט מודיעין עילית און איידעם פונעם וויזשניצער ראש ישיבה מנחם ערנסטער, מיט אן אייניקל פונעם צאנזער רבי, רבי צבי אלימלך האלבערשטאם, אין יאר ה'תשע"ח, האט מען אויכעט געמוזט מוותר זיין אויפן מנהג. ביי דער חתונה פון רבי אהרן מרדכי רוקח, זון פונעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב אין יאר ה'תשנ"ג איז דער חתן מאהל געפראוועט געווארן מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער חסידים פון ביידע הויפן, וויזשניץ און בעלזא, און דער חתן האט געטאנצט מצווה טאנץ, אבער ביי די אייניקלעך אין בעלזא מאכט מען א חתן מאהל מיט א סעודה און גראמען אבער אהן קיין מצווה טאנץ.
וועבלינקען
- חתן מאהל אין המכלול
- ווידעא און באריכט פונעם חתן מאהל פון אן אייניקל פונעם וויזשניצער רבי אויף כיכר השבת (העברעאיש).
- חתן מאהל אינעם טשערנאבל-אשדוד הויף אויף בחדרי חרדים (העברעאיש).
- ווידעא פונעם חתן מאהל בחצר רחמיסטריווקא אויף יוטוב.
- חתן מאהל אין הויפן פון בעלזא-וויזשניץ, מנחם-אב תשנ"ג אויף יוטוב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!