אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חיפה בת גלים באן סטאנציע"
ק (החלפת טקסט – "פריערדיק" ב־"פריערדיג") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט חיפה בת גלים באן סטאנציע צו רוי:חיפה בת גלים באן סטאנציע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 18:17, 8 יאנואר 2023
באן סטאנציע חיפה בת גלים | |
---|---|
אריינגאנג צו בת גלים באן סטאנציע
| |
לאקאציע | בת גלים, חיפה |
פארוואלטער | ישראל באנען |
געעפנט | 1975 |
פעראנען | 2 |
קאארדינאטן | 32°49′49″N 34°58′55″E / 32.8304°N 34.9819°E |
חיפה בת גלים באן סטאנציע (העברעאיש: תחנת הרכבת חיפה בת גלים) איז א ישראל באנען פאסאזשירן סטאנציע אויף דער בארטן באן ליניע וואס באדינט די שטאט חיפה. די סטאנציע געפינט זיך אין דעם בת גלים געגנט. די סטאנציע איז געבויט געווארן אין 1975 און איז געווען די הויפט באן סטאנציע אין חיפה ביז די פריערדיגע 2000ער יארן.
היסטאריע
חיפה בת גלים באן סטאנציע איז געעפנט געווארן אין 1975, צוזאמען מיט חיפה בת גלים אויטאבוס סטאנציע, אלס א גרויסן קהלשן טראנספארט צענטער צווישן דעם הויפט שאסיי וואס פארט אדורך חיפה (שאסיי 4) און דעם בת גלים געגנט. אזוי איז די סטאנציע געווארן די הויפט באן סטאנציע אין חיפה.
מ'האט אויסגעבויט די סטאנציע מיט צוויי פעראנען פון די צוויי זייטן און דריי פאראלעלע גערעלסן; דעם מיטלען ניצן נאר לאסטבאנען, וואס דארפן נישט אפשטעלן אין דער סטאנציע. אין די סוף 1990ער יארן איז געגרינדעט געווארן דער חיפה - קרית מוצקין פארשטאטישע באן באדינונג, און חיפה בת גלים איז געווען די דרום סוף סטאנציע. שפעטער האט מען געבויט די חוף הכרמל באן סטאנציע, וואס איז געווארן די נייע דרום סוף סטאנציע.
|
|
באן באדינונג
חיפה בת גלים באן סטאנציע איז א סטאנציע אויף דער הויפט צפון-דרום בארטן ליניע (נהריה – חיפה – תל-אביב – בן גוריון פליפעלד צווישנשטאטישע באדינונג) און אויך אויף דער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט חיפה'ס צפונדיקע פארשטעט – די קרָיות און כרמיאל (חיפה - כרמיאל פארשטאטישע באדינונג). די סטאנציע געפינט זיך צווישן חיפה צענטראל באן סטאנציע צו צפון און חוף הכרמל באן סטאנציע צו דרום.
- צווישנשטעט דינסט:
- וואכנטעג איז די סטאנציע באדינט מיט 40 דרומדיקע און 44 צפונדיקע באנען. די ערשטע באן פארט ארויס 04:58 און די לעצטע באן קומט אן 00:52.
- ערב שבת און יום טוב איז די סטאנציע באדינט מיט 19 דרומדיקע און 19 צפונדיקע באנען. די ערשטע באן פארט ארויס 05:01 און די לעצטע באן קומט אן 15:38.
- מוצאי שבת און יום טוב איז די סטאנציע באדינט מיט 6 דרומדיקע און 5 צפונדיקע באנען. די ערשטע באן פארט ארויס 18:50 און די לעצטע באן קומט אן 22:16.
- פארשטאטישע דינסט:
- וואכנטעג איז די סטאנציע באדינט מיט 14 דרומדיקע און 12 צפונדיקע פארשטאטישע באנען צו און פון די קריות. די ערשטע באן פארט ארויס 07:00 און די לעצטע באן קומט אן 19:07.
רוטעס
פריערדיגע סטאנציע | ישראל באנען | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
מוסטער:ישראל באנען ליניעס | ||||
מוסטער:ישראל באנען ליניעס | ||||
מוסטער:ישראל באנען ליניעס | ||||
מוסטער:ישראל באנען ליניעס | ||||
מוסטער:ישראל באנען ליניעס פארשטאטיש |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!