אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בענדין"
ק (Bot: Migrating 28 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q461513 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022
|
בענדין (פויליש: Będzin, בענדזין; דייטש: Bendzin, Bendsburg) איז א שטאט אין זאגלעמביע געביט אין דרום פוילן, 61 ק"מ מערב פון קראקע. ביזן חורבן אייראפע איז די שטאט געווען דער יידישער צענטער פון זאגלעמביע.
היסטאריע
לויט ארכעאלאגישע אויסגעפינען, האט די שטאט אנגעהויבן אין דעם פריערדיקן מיטל אלטער. דאס דארף בענדין ווערט דערמאנט אין יאר 1301. בענדין איז געווארן א שטאט אין 1358, ווען מען האט איר געשאנקען מיט מאגדבורג רעכטן.
ביז דער צווייטער וועלט מלחמה איז א היפשטער טייל פון בענדינס איינוואוינער געווען יידן, אבער די מערהייט פון זיי האט מען געשיקט אין דעם אוישוויץ פארניכטונגס לאגער ביז זומער 1943.
אין 2008 האבן געוואוינט אין דער שטאט 58,639 מענטשן.
יידן אין בענדין
בענדין איז איינע פון די אוראלטע יידישע געמיינדעס אין פוילן. דער יידישער יישוב האט זיך אנטוויקלט פון דעם שפעטערדיקן מיטל־אלטער. די ערשטע יידן זענען אנגעקומען אין דעם 13טן יארהונדערט, און רוב פון זיי האבן זיך באשעפטיקט מיט לאנדווירטשאפט און מסחר. די יידישע קהילה האט זיך אויפגעשטעלט אין דעם 14טן יארהונדערט א דאנק דעם מלך קאזימיר דער גרויסער, וואס האט געשאנקען ספעציפישע רעכטן צו די יידן אז זיי זאלן מעגן וואוינען אין דער שטאט.
אין דעם רוסישן צענזוס פון 1897 זענען די יידן געווען 51% פון 21,000 איינוואוינער אין דער שטאט, און אין דעם פוילישן צענזוס פון 1921 האט די צאל יידן דערגרייכט 17,298 און זייער טייל אין דער באפעלקערונג פון דער שטאט איז געשטיגן ביז 62.1%. אום 4טן סעפטעמבער 1939, מיטן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט מלחמה, האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דעם געגנט, און עס עס זעלנער האבן פארברענט די שטאטישע שול און דערמארדעט אסאך יידן פון דער שטאט. אין 1942 האבן זיי אויפגעשטעלט א געטא אין דער שטאט וואו מען האט קאנצענטריט די יידישע באפעלקערונג, און אין מיי האט מען אנגעהויבן פארטרייבן די יידן צום אוישוויץ פארניכטונגס לאגער. ביז זומער 1943 האט מען געשיקט די מערהייט פון די יידן אין דער שטאט אין אושוויץ.
באקאנטע פערזענלעכקייטן פון בענדין
- הרב דוב בעריש הערציגער (נפטר ה'תר"ו, 1846) - הויפט רב פון בענדין, א תלמיד פון רבי ירמיהו מאטערסדארפער.
- הרב הירש העניך הכהן לעווין - אב"ד בענדין, איידעם פונעם שפת אמת און מחבר פונעם ספר "יכהן פאר".
- יהושע פראווער (1917 - 1990) - ישראלדיקער היסטאריקער, געווינער פון ישראל פריז.
- הרב יצחק זילבערשטיין (געב' 1934) - רב פון רמת אלחנן געגנט אין בני ברק, אן איידעם ביי הרב יוסף שלום אלישיב.
צווילינג שטעט
וועבלינקען
- אריה רוזן, בנדין - עיר ואם בישראל, (אין בית יעקב צייטשריפט, באנד 70, אדר תשכ"ה)
- בנדין, מרכז מורשת יהדות פולין
- מאיר שמעון גשורי (עורך), ספר יזכור פאר קהילת סוסנוביץ, אין ספריית העיר ניו יארק, "ספר סוסנוביץ והסביבה", 1973, עמ' 109-105.
- ספר יזכור פאר קהילת זגלמביה, אין ספריית העיר ניו יארק, "פנקס זאגלעמביע"
- "בענדין", אויף "JewishGen" (ענגליש)