אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דוב מטשעהרין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – " סע " ב־" עס ")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט דוב מטשעהרין צו רוי:דוב מטשעהרין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 16:52, 8 יאנואר 2023

ר' דוב מדאשיב איז געווען פון די חבורה פון ר' נחמן מברסלב.

ער איז געווען א פייערדיגער חסיד פון זיין רבין, א גרויסע עושר אין אוקריינא, און האט טייל גענומען און אסאך ברסלבער אונטערנעמונגען, ווי בויען די קלויז אין אומאן און אין ברסלב, דרוקן ברסלעבער ספרים, און בכלל אויסהאלטן דער שטוב פון ר' נתן מברסלב, און אלע זיינע אונטערנעמונגען.


וויאזוי ער איז דערנענטערט געווארן צו ר' נחמן

ר' דוב איז ארגינעל געווען פון די חבורה פון ר' יודל ממעדוועדיבווקא, פון די תלמידים פון ר' פנחס מקאריץ, זיינע עלטערין האבן געוואונט ארום מעדווידעבווקא, ער איז געווארן א איידעם אין דאשיב און האט דארט געוואונט קעסט ביי זיין שווער. נאך א שטיק צייט האט ער געמוזט צוריק גיין צו זיינע עלטערין, ר' יודל האט איהם דאן געזאגט, די פארסט צוריק דארט נעבן דיין שטעטל אין מעדווידעבווקע האט זיך לעצטענס אריין געצויגן א נייער רבי ר' נחמן מברסלב איך האלט זאלסט נישט אריין גיין צו איהם, פארוואס דארפסטו זיך זיכן נייע וועגן ?.

ר' דוב האט געפאלגט וואס זיין ראש החבורה האט געזאגט, און אהיים קומענדיג איז ער די ערשטע צייטן נישט געגאנגען זעהן ר' נחמן. דורך א שטיק צייט עס איהם געווארן ענק אין זיינע וועגן וויאזוי צו דינען השי"ת, ער פלעגט זייער וועלן אויפשטיין אינמיטן נאכט און זאגט תיקון חצות ווי די ערשטע חסידים פלעגן זיך פירן, און ער האט עס נישט געקענט דורך פירן. ער האט פרויבירט זיך געבן א עצה, ער האט געדונגען א גוי זאל איהם וועגן יעדע נאכט ווען עס ווערט האלבער נאכט, אבער עס האט נישט גענוצט, זיין גוף האט געדארפט נאך שלאפן, ווען דער גוי איז אוועק געגאנגען האט ער זיך צוריק געלייגט, האט ער געזאגט פארן גוי ער זאל נישט אוועק גיין ביז ווילאנג ער וועט אויפשטיין זיך אנטועהן די מלבושים, אזוי האט ער טאקע געטוהן, אבער עס האט ווייטער נישט געטויגט, ער האט זיך געדרייט א גאנצען טאג מידער הייט, די קאפ האט וויי געטוהן, ער האט געפילט ער האלט עס נישט אויס.

דא האט ער אויך געהאלטן עטליכע יאהר נאך די חתונה און קיין קינדער האט ער נישט געהאט, דאס האט זייער צובראכן. ער איז אריין צו ר' נחמן און זיך אויסגערענט דאס הארץ פאר איהם. ר' נחמן האט איהם אויסגעלערנט זאכן וואס ער דארף צו וויסן צו קענען פונקציאנירן און ווייטער דינען השי"ת דערמיט ווי עס שטייט שפעטער.

ר' דוב האט געשפריט גרויס לעבן ביי זיין נייער רבי, ער האט געמאכט ביי זיך ער בלייבט דא, א שטיק צייט שפעטער ווען ער איז שוין צוריק געפארן קיין דאשיב האט ער געפרעגט זיין רבי ר' נחמן ווי זאל ער טוהן מיט זיינע חברים ר' יודל און ר' שמואל אייזיק פון דאשיב, זיי וולען ווערן בייז אויף אויהם ווען זיי וועלן הערן אז ער איז אריין צו ר' נחמן. זאגט איהם ר' נחמן שרעק זיך נישט פאר זיי, פיהר דיך אויף מיט תמימות און פשיטות, און זאג זיין דעם אמת וואס די שפירסט און וואס די האלטץ.

ר' בער איז צוריג געפארן קיין דאשיב, ער האט באגעגענט די גאנצע חבורה, ער האט גלייך אנגעהויבן צו דאווענען און לערנען מיט ברען און לעבן אזוי ווי די ערשטע ברעסלבער חסידים האבן זיך געפירט, ער האט געפאטשט ביין דאוונען מיט פרייליכקייט און שמחה, יעדער האט איהם געפרעגט וואס איז געשעהן מיט אייך ? האט ער פאר יעדען דערציילט ער איז דא א יונגערמאן אין מעדוועדיבקא ער הייסט ר' נחמן, ער איז א וואונדער איד, ער איז א קלוגער איינס אין דער וועלט, ער לערנט אויס צו דיענען השי"ת פאר יעדען לויט זיין וועג, און איך בין געווארן זיין חסיד. די חבורה האט געזעהן אז ר' דוב איז טאקע דערהויבן געווארן און האבן געמאכט ביי זיך אז אויב איז דאס טאקע אזא גוט פלאץ אויב איז ר' נחמן אזא גרויסער רבי אפשר דארפן מיר אויך גיין צו איהם, האבן זיי געמאכט ביי זיך אז אלע הייבן זיך גלייך אויף און פארן אריבער קיין מעדוועדיבקא זעהן וואס איז דאס ר' נחמן מיט זיין נייער וועג.

די חבורה האט זיך ארויס געלזאט אין וועג פון דאשיב קיין מעדוועדיווקא, אלע זענען געווען ארימעלייט און האבן נישט געהאט געלד צו דינגען א פיהר מיט א וואגען זענען זיי געגאנגען צופיס, דער וועג איז געווען לאנג, אינמיטן וועג האבן זיי זיך געשטעלט רועהן אין די שטאט טירהאוויע זיי האבן דארט געטראפען דער מגיד פון טיראוויץ יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא און זיינע חסידים און משפחה וואס אסאך פון זיי זענען געווען פון דיחסידים פון ר' נחמן און זיי זענען אויך מיטגעקומען מיט די נסיעה און זענען געקומען צו ר' נחמן, צוביסלעך איז דער גאנצער חבורה געווארן די חסידים פון ר' נחמן.

הנהגות וואס ר' נחמן האט איהם געלערנט

פון גרויס צובראכענקייט האט ער מחליט געווען ער וועט פרויבירן אריין גיין צו ר' נחמן. ער איז געפארן אויף מעדווידעבווקע און האט זיך אויסגערעדט זיין שווער הארץ פארן רבין, קודם האט ער געזאגט רבי איך האב נישט קיין קינדער, זאגט איהם ר' נחמן, די עצה צו האבן קינדער איהר זאלט גיעבן צדקה, זאגט ער פארן רבי אז איך האב נישט קיין געלד, זאגט איהם דער רבי האב אמונה אין גאט גלייב אז השי"ת איז מלא כל הארץ כבודו, דאס ווערט פארעכענט אזוי ווי צדקה, ווי עס שטייט ויאמן בה' ויחשבה לו צדקה.

דערנאך האט ער אויסגערעדט זיין גאנץ הארץ פאר ר' נחמן, און ר' נחמן האט צו איהם גערעדט זיסע טרייסט רייד, און איהם געשטארקט מיט חיות, ער האט געשפירט אז ער נעמט איהם איבער, ער האט אפגעמאכט, ער בלייבט דא, ער וועט הערן וואס ר' נחמן זאגט.

איינמאל קומט צו גיין די מאמע פון ר' דוב און פארציילט פאר ר' נחמן אז ר' דוב איז פאר'עקשנ'ט און וויל דווקא אויפשטיין חצות, און דאס שאדט איהם דערנאך, זיין קאפ טוט וויי און ער ווערט אינגאנצען פארמישט, ר' נחמן האט איהם דאן געלערנט אז אפילו מען מוז זאגט חצות, אבער דאס איז נישט דער עיקר, ער האט איהם געזאגט: שלאף און עס נאר היט די צייט, ער האט איהם געזאגט פיר זיך אויף אזוי, דערנאך קום צוריק צו מיר, א שטיק צייט דערויף האט איהם ר' נחמן געזאגט קענסט אויפשטיין חצות אבער נישט זייגער צוועלף, דיי חצות וועט זיין דריי אזייגער, אזוי האט ער זיך געפירט זיין גאנץ לעבן, און די מעטשן פון זיין שטאט האבן געוואוסט ווען ר' דוב קומט אין שוהל איז דאן דריי אזייגער.

ר' נחמן האט איהם אויך געלערנט עס רזאל נישט אויפגעבן זיין ארבייט, ער זאל עוסק זיין ווייטער אין פרנסה, נאר ער זאל זיין געווארנט צו געבן א פיפטעל פון זיין פרנסה פאר ארימעלייט, דאס הייסט פון אלע געלטער וואס ער פארדינעט זאל ער גיבן א פיפטעל געלד פאר צדקה, ער האט אזוי געטוהן זיין גאנץ לעבן, ער איז געווארן א ריזן עושר, און זיך פארמאסטן מיט די גרעסטע אידישע רייכע לייט פון אוקריינא.

זיין מנהג געבן א פופטעל האט ער אנגעהאלטן זיין גאנץ לעבן, ער האט אמאל געזאגט: "מיט מיין חומש האב איך קיין מורא נישט אפילו פאר דעם בית דין של מעלה, עס וועט מיר נאך ארויס קומען"."

זיינע מעלות

ר' נחמן האט איהם געלויבט פאר זיינע גוטע זוטן, ער האט אמאל געזאגט אויף איהם ער האט מורא פון גאט אזוי שטארק ווי א מענטש האט מורא פון די רויסישע סאלדאטן ווען זיין שמייעסן.

זיין הויזגעזונד

זיי איידעם איז געווען דער באקאנטער רייכער מאן פון אוקריינא ר' אברהם בערנ'יו, א זוהן פון אדל די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב א אייניקעל פון זיין רבי ר' נחמן מברסלב.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!