אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בני ישראל שול"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צייכן: באקוקט
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט בני ישראל שול צו רוי:בני ישראל שול אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 16:07, 8 יאנואר 2023

 

די שול

די בני ישראל שול איז אן היסטארישע אלטע שול אין וואודבורן, ניו יארק. די שול איז געגרינדעט געווארן אין 1920. ביז פאר עטליכע יאר איז זי געווען פארלאזט; ביז מיט עטליכע יאר צוריק ווען דער יעצטיגער רב, רבי מרדכי יונגרייז, האט זי צוריק געעפנט, איבערגעפרישט און צוריק אויפגעלעבט דעם פלאץ, און זי פארוואנדלט אלס א פארנומענער אידישער צענטער אין דער קעטסקילס.

די שול איז היינט באקאנט מיט איר נייער צונאמען די כלל ישראל שול.

היסטאריע

מיט יארן צוריק האבן געוואוינט פיל אידן אין וואודבורן און ארומיגע געגנטער. אין יאר תרפ"ב (1920) איז דער בית המדרש געגרינדעט געווארן דורך רבי דוד יצחק גאדלין.

די שול איז געווען אפן ביז בערך תש"ס, היות וואס די עלטערע אידישע איינוואוינער זענען נפטר געווארן און זייערע קינדער האבן זיך אוועקגעצויגן, אדער ליידער אוועקגעגליטשט פונעם אידישן וועג. די שול פלעגט זיך נאר עפענען פאר די ימים טובים, און איז געווען פארשפארט דורך דעם יאר.

אין יאר תשנ"ט איז די שול צוגעלייגט געווארן צו דער ליסטע פון נאציאנעלע לענדמארקס.

ווידערעפענונג

דער היינטיגער רב, רבי מרדכי יונגרייז, וועלכער רופט זיך דער ניקאלשבורגער רבי פון בארא פארק, פלעגט זיין א מלמד אין א דערנעבענדיגער  קאנטרי, און עס פלעגט אים אלץ וויי-טון אז אזא גרויסער בית המדרש זיצט ליידיג און זאמלט שטויב, אין דער זעלבער צייט וואס אידן קענען הנאה האבן. ער האט זיך אריינגעווארפן אין דער ארבעט, ער האט זיך פארבונדן מיט דעם בארד פון דער שול און ערהאלטן ערלויבעניש צוריק צו עפענען די שול.

דער רבי האט דאן רענאווירט און איבערגעפרישט די נאכגעלאזטע געביידע, און ווידערמאל געעפנט די טויערן פון דער שול. זינט דאן איז די שול פארוואנדלט געווארן אין א צענטער וועלכער ווירבלט מיט טויזנטער אידן אין לויף פון די זומער וואכן.

עטליכע יאר נאכן ווידער עפענען די שול האט רב יונגרייז אפגעקויפט דעם גאנצן בנין. ער האט דאן אויפגעבויט א שיינעם הויף, אינסטאלירט עיר קאנדישאן און הייצונג.

היינט צוטאגס איז די שול אפן א גאנץ יאר.

דער נאמען

דער רב האט אויך געגעבן א נייעם נאמען פאר דער שול, די "כלל ישראל שול"; צו צייגן אז די שול אפן פאר גאנץ כלל ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן. עס איז טאקע גאר אן אייגנארטיגער בית המדרש, א סארט וואס מען זעט נישט  כמעט אין קיין שום אנדערער געגנט, ווען עס קומען אהין דאווענען און לערנען אידן פון אלע קרייזן און שטרעמונגען.

רבנים

דער ערשטער רב פון דעם בית המדרש איז געווען דער גרינדער, רבי דוד יצחק גאדלין. ער האט געדינט אלס רב פאר צוואנציג יאר.

שפעטער האט געדינט אלס רב איינער רבי נחום ברוך לאסקין.

פאר עטליכע יאר האט געדינט אלס רב איינער רבי מנחם בועז.

היינט דינט רבי מרדכי יונגרייז אלס רב, וועלכער האט אויך א שול אין בארא פארק, מיט דעם נאמען ניקאלשבורג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!