אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בור העמילטאן דועל"
ק (החלפת טקסט – "זעלבשטענדיג" ב־"זעלבסטשטענדיג") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט בור העמילטאן דועל צו רוי:בור העמילטאן דועל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:58, 8 יאנואר 2023
די בור העמילטאן דועל איז געווען א פארמאלער דועל צווישן די צוויי פאליטיקאנטן אין וועלכען וויצע פרעזידענט אראן בור האט אומגעברענגט דעם פאליטיקאנט אלעקסאנדער העמילטאן.
געשעענישן פירנדיג צו דעם דועל
אין יענע יארן איז געווען א ביטערער קאנפליקט צווישן די דעמאקראטישע רעפובליקאנער און די פעדאראליסטן נאכדעם וואס דער געניטער פאליטיקאנט אראן בור האט פארכאפט א סענאט זיץ פון פיליפ שולער, דער שווער פון אלעקסאנדער העמילטאן. די צוויי זענען געווען פעדאראליסטן און זענען געווען באקאנט אין לאנד. העמילטאן איז געווען א שטאאטסמאן, אן אדוואקאט, א שרייבער, און א סאלדאט. ער איז געווען אקטיוו אין די אמעדמענמענדס פון דער קאנסטיטוציע און אלס אדוואקאט האט ער זיך כסדר אפגעגעבן מיט'ן פארטיידיגן די מענטשהייט קעגן דער קאנסטיטוציע און דאס האט אים געמאכט זייער פאפולער און באליבט ביים פאלק. ער איז אפיציעל באצייכענט געווארן אלס איינער פון די מערסט-פראמינענטע פאליטיקאנטן אין אמעריקאנער היסטאריע.
ווען העמילטאנ'ס שווער האט פארלוירן זיין סענאט זיץ צו אראן בור, א דעמאקראטישער רעפובליקאנער פאליטיקאנט פון ניו יארק, איז העמילטאן געווען סעקרעטאר אוו טרעזשורי. העמילטאן איז געווען אויפגעברויזט אויף בור וועלכער האט גענוצט א שמוציגן קאמפיין און האט אים גוט געארבעט צו געווינען דעם זיץ.
דער דעמאלטדיגער פרעזידענט איז געווען דזשאן אדאמס, א פעדאראליסט, וועלכער איז קריטיקירט געווארן פון אלע פארטייען און אויך זיין אייגענע פארטיי. דער פירער פון זיין אינערליכער קריטיק איז געווען אלעקסאנדער העמילטאן וועלכער האט גענוצט זיין עקזעקיוטיווע מאכט צו באוואשן דעם פרעזידענט און פאררופן דאס פאלק צו פרישע וואלן וועלכע איז באשטימט געווארן אין 800'.
אין יענע צייטן האט מען נישט געוויילט לויט'ן היינטיגן סיסטעם נאר יעדע סטעיט האט געוויילט א פרעזידענט קאנדידאט און דערנאך האבן די קאנדידאטן געוויילט צווישן זיך און ווער עס האט באקומען דאס מערסטע שטימען איז געווארן פרעזידענט און ווער עס האט באקומען די צווייטע מערסטע שטימען איז געווארן וויצע פרעזידענט. די רעזולטאטן פון די וואלן איז געווען א היסטארישע ווען די דעמאקראטישע רעפובליקאנער האבן אפגעווישט די פעדאראליסטן און דזשאן אדאמס האט שטארק פארלוירן. ווען די עלעקטארעל שטימען זענען געמאכט געווארן האבן טאמעס דזשעפרעסאן און אראן בור געווינען אייניג און בלית ברירה האט מען געמוזט אראפשיקן די וואלן צו קאנגרעס וועלכע איז נאך דאן געווען א פעדאראליסטישע קאנגרעס. אין דער ענדע האט דזשעפרעסאן געווינען די פרעזידענטשאפט און בור איז געווארן וויצע פרעזידענט.
בור האט אלס וויצע פרעזידענט זיך פאראייניגט מיט העמילטאן (זיין פאליטישע קעגנער אבער פאראייניגטע קעגנערשאפט קעגן אדאמס) און געשריבן א בוך קעגן אדאמס פרעזידענטשאפט און זיינע פאליסיס. העמילטאן האט לכתחילה נאר געוואלט אז דאס בוך זאל ארומגיין צווישן פאליטיקאנטן און זאל בשום אויפ'ן נישט דעגרייכן די פובליק ווייל ער האט נישט געוואלט באשמיצן זיין אייגענע פארטיי. בור האט אים אבער נישט געפאלגט און האט דאס יא פובליצירט פאר יעדן און העמילטאן איז געווארן אויפגעברויזט.
בור איז געווען א קאנטראווערסיאלער מענטש און פרעזידענט דזשעפראסאן האט באשלאסן אים ארויסצולאזן פון די נעקסטער עלעקציע. דער רעזולטאט פון די 800' עלעקציע האט געברענגט א טויש אין די קאנסטיטוציע און מען האט דעמאלט איינגעפירט די סיסטעם וועלכע ווערט היינט גענוצט. בור האט באשלאסן צו לויפן פאר גאווערנער פון ניו יארק אלס א זעלבסטשטענדיגער קאנדידאט. אבער ער האט זיך אנגעשטויסן אין א שטארקן ווידערשטאנד פון דעם רעפובליקאנער קאנדידאט וועלכער איז אינדארסירט געווארן דורך העמילטאן. די צוויי זענען געגאנגן ציין און נעגל און בור האט פארלוירן.
ערשט יעצט האט העמילטאן באשלאסן צו נעמען נקמה אין בור און האט געמאכט שפאט פון אים אין צייטונגן און ביי אנדערע געלעגנהייטן. נאך א געוויסן ארטיקל קעגן בור אין דעם אלבאני רעדזשיסטער וועלכע איז געווען זייער שארף האט בור זיך באליידיגט און האט גערופן העמילטאן זאל צוריקציען פון זיינע קאמענטארן אבער העמילטאן האט זיך אויסגעלאכט.
בור האט גערופן העמילטאן צו א דועל ווען ער איז נאך געווען וויצע פרעזידענט און העמילטאן האט געשפירט אז ער מוז דאס אננעמען וויבאלד ער האט אליינס געהאפט אויף א פאליטישער קאריערע אין זיין צוקונפט און מיט'ן באטייליגן זיך וואלט ער געוויזן יושר. העמילטאן'ס פריינט האבן אים געווארענט קעגן דעם ווייל ער האט געהאט א זון וועלכער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן פון אזא שפיל. אבער העמילטאן האט דאס פארט אנגענומען.
דער דועל
דער דועל איז באשטימט געווארן אריבער דעם האדסאן טייך צווישן ניו יארק און ניו דזשורסי אבער א דועל איז שוין דעמאלט געווען אומלעגאל אין ניו יארק און מען האט דערפאר אפגעמאכט אז די עדות צו ביידע וועלן אוועקוקן דורכאויס די גאנצע צייט אין פאל מען וועט זיי אנקלאגן דערפאר אלס א קרימינאלע אקט. העמילטאן האט געשאסן ערשט און האט פארפאסט און באלד דערנאך האט בור געשאסן און ווארשיינליך דווקא געוואלט פארוואונדן העמילטאן אין די פיס. למעשה האט דער קויל דעגרייכט אין זיין בויך און א טאג דערויף איז העמילטאן געשטארבן.
רעזולטאטן
בור איז אנגעקלאגט געווארן פאר מארד אין ניו יארק און שפעטער אויך אין ניו דזשורסי אבער ער איז קיינמאל נישט געברענגט געווארן צו גערעכטיקייט. באלד נאך דעם אינצידענט האט ער געמאכט פליטה קיין סאוט קאראליינע אבער נישט לאנג דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין וואשינגטאן צו ענדיגן זיין טערמין אלס וויצע פרעזידענט. מיט זיין קאריערע א פארגאנגנהייט, האט בור זיך אריבערגעצויגן צו די מערב שטעט וואו ער האט געפלאנט צו בויען א נייע אימפעריע און באקומען נייע שטיצע. פרעזידענט דזשעפרעסאן האט זיך דערוואוסט דערפון און האט אים אפגעשטעלט. בור איז דאן אנטלאפן קיין אייראפע אבער האט זיך יארן שפעטער צוריק געקערט קיין ניו יארק צו שטודירן און ער איז ארעסטירט געווארן און געברענגט געווארן פאר א געריכט צוליב זיין ראלע אין דעם דועל. ער איז פריי געלאזט געווארן צוליב שוואכע עדות'שאפט און איז פארבליבן וואוינען אין ניו יארק ביז זיין טויט אין 836'. די צוויי ביקסן וועלכע זענען גענוצט געווארן אין דעם דועל ליגט היינט אין באזיץ פון דזשעי-פי מארגען טשעיס וועלכע האט דאס אפגעקויפט אין 930' פאר א גרויסער סומע געלט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!