אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בני נח"
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 78.111.127.29 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Addbot) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022
בני נח (ווערן גערופן אויך חסידי אומות העולם), זיינען גויים וואס היטן די זיבן מצוות בני נח. (די זיבן מצוות זיינען: דינין, ברכת השם, עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, גזל און אבר מן החי (סנהדרין נו) )
לויטן רמב"ם (אין משנה תורה, הלכות מלכים ט, א) הייסן זיי "בני נח" נאר אויב זיי זיינען זעלבסטבאוווסטיק און זיינען מקיים די זיבן מצוות אלס א פארבאט פון דער יידישער תורה און נאר דאן האבן זיי א חלק לעולם הבא, אבער אויב זיי טוהען דאס מיט זייער אייגענע פארשטאנד, הייסן זיי נאר "חכמי אומות העולם". אויך פסקנט דער רמב"ם אז א גוי וואס היט נישט די זיבן מצוות בני נח, און ער איז אונטער א יידישער מאכט, דארף מען אים שטראפן מיט טויט.
היינט זיינען דא עטלעכע מיסיאנערישע ארגאניזאציעס וואס פארשפרייטן די זיבן מצוות און מאכן זיי באוווּסט פאר די גוים. איינע פון די גרויסע פארשפרייטערס איז געווען ר' מנחם מענדל שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבי. אויך היינט זיינען זיינע חסידים ממשיך צו פארשפרייטן אין דער וועלט די זיבן מצוות.
חסידי אומות העולם פון דער צווייטער וועלט מלחמה
אין די מאדערנע וועלט רופט מען "חסידי אומות העולם" פאר אזעלכע גוים וואס האבן געהאלפן די יידן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, ביי דעם חורבן, ווען טויזנטער גוים וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון טויט איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. די ישראלישע ארגאניזציע "יד ושם" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.