אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אליעזר כהנעמאן"
ק (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אליעזר כהנעמאן צו רוי:אליעזר כהנעמאן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:19, 8 יאנואר 2023
הרב אליעזר כַּהַנעמאַן (געבוירן י"ג תמוז תש"ז, 1טן יולי 1947) איז דער נשיא פון דער פאנאוויעזשער ישיבה, ד"ה אז ער פירט די אדמיניסטראציע און רעפרעזענטאציע פון דער ישיבה.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן צו הרב אברהם כהנעמאן און זיין ווייב רבקה אין די פאראייניגטע שטאטן, ווען זיי זענען געווען דארט פארן צוועק פון שאפן געלט פאר דער פאנאוועזשער ישיבה. זיין זיידער איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה, הרב יוסף שלמה כהנעמאן.
ער האט געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה. אין יאר ה'תשכ"ט (1969) איז זיין זיידע נפטר געווארן און זיין פאטער האט איבערגענומען די נשיאות פון דער ישיבה.
ער האט חתונה געהאט מיט אלישבע, טאכטער פון רבי שלאמקע בערמאן און אן אייניקל פון הרב יעקב ישראל קאניעווסקי. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין דער ישיבה. במשך די יארן האט ער אנגעהויבן העלפן זיין פאטער מיט פארוואלטן די ישיבה. ער איז באשטימיט געווארן הויפט געלטשאפער פאר חוץ לארץ, און פאראנטווארטלעך אויף די אומבאוועגליכע גיטער פון דער ישיבה. נאָך זיין פאטער'ס פטירה אין 2009 האט ער איבערגענומען אלס נשיא. ער פירט עטליכע "דינערס" וואן מען שאפט געלט און וואו ער איז דער הויפט רעדנער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!