אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייזאמבארד קינגדאם ברונעל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "געקאנטשעט" ב־"געענדיגט")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אייזאמבארד קינגדאם ברונעל צו רוי:אייזאמבארד קינגדאם ברונעל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 15:00, 8 יאנואר 2023

אייזאמבארד קינגדאם ברונעל

אייזאַמבאַרד קינגדאם ברונעל (ענגליש: Isambard Kingdom Brunel‏; 9טן אפריל 1806 – 15טן סעפטעמבער 1859) איז געווען אן ענגלישער אינזשעניר. ער איז געבוירן געווארן אין פארטסי, פארטסמוט. ער האט געשאפן די גרויס-מערבדיקע באן און האט געבויט פיל דאמפשיפן, בריקן און טונעלן. זיין ארבעט האט רעוואלוציאנירט פובליקן טראנספארט און מאדערנע אינזשעניריע.

במשך זיין קאריערע האט ברונעל דערגרייכט א סך "ערשטע". ער האט געהאלפן בויען דעם ערשטן טונעל אונטער א גרויסן טייך. ער האט געפלאנעוועט די SS Great Britain, די ערשטע פראפעלער-געפירט אייזערנע שיף צו פארן אויף אקעאנען, וואס איז דעמאלסט (1843) געווען די גרעסטע שיף געבויט.[1][2] ער איז געווען דער ערשטער פלאנעווער פונעם קליפטאן הענג־בריק. די בריק האט געהאט א קאמפליצירטע היסטאריע; זי איז א לאנגע בריק גאר הויך איבערן טייך אוואן. ברונעל איז געשטארבן איידער מ'האט געענדיגט די בריק, און אויך פאר דער ערשטער רייזע פון זיין שיף די SS גרויס־איסטערן.

רעפערענצן

  1. Wilson, Arthur 1994. The living rock: the story of metals since earliest times and their impact on civilization. Woodhead Publishing, pp. 202–3. ISBN 978-1-85573-301-5
  2. "Isambard Kingdom Brunel". SS Great Britain. ‏29 מערץ 2006. Archived from the original on ‏24 מערץ 2010. Retrieved ‏15טן יוני 2015. {{cite web}}: Check date values in: |access-date=, |date=, and |archive-date= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!